ערליכע אידן ווערן צושלאגן דורך די רשעי ישראל (פונעם אידישן אפשטאם) די משטרה, אין נצרת אין א"י.
[בילד – נישט אפגעהיט]
#2
ערליכע אידן ווערן צושלאגן דורך די רשעי ישראל (פונעם אידישן אפשטאם) וויטריאל און פארקאש, אין קרית יואל.
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך שטיי און קוק די קליפ וואס מסור וואלדמאן האט ארויסגעלייגט, כלומר ווי מען שלאגט און מען הרג'ט אידן וואס זענען מוחה אויף חיטוטי שכבי פון די הייליגע סעפטיק זכותו יגן עליהם, און איך רייס מיר פאר געלעכטטער.
די פלאכע קעפ אין קינדערגארטן פארפירן און הוליען ארום אז מען דארף דאס שיקן פאר די פרעסע און ווייזן ווי מען דיסקרימינירט קעגן זיי.
ווען איך האב געזען נעכטן דעם בילד ווי דער וואלדמאן ליגט אויף דער ערד בין איך געווען זיכער אז מען האט אים גוט אנגעהרגט די ביינער (ס'איז אפילו געווען א פיקטשער פון א בלוטיג העמדל), למעשה מען זעט דעם קליפ זעט מען זייער גוט וואס גייט פאר, די ערשטע צוויי שטעלן זיך אראפ פאר פיקטשער צו ווערן ארעסטירט, און דער דריטער לייגט זיך אראפ און שטויסט, און למעשה ווערט ער פונקט אזוי ארעסטירט דורך די פאליציי.
שיקט איר נאר דעם קליפ, מען וועט אייך אלע שיקן א גוטע דאזע מיט פילן, די העלט קער ביל גייט דאך דורך, נו מעדיקעיד וועט אלעס קאווערן.
על כן בני יואל, ווען איר שיקט די בריוו פאר אבאמא שרייבט אים אז נישט נאר פאבליק סעיפטי דארף מען אויפזאגן, נאר אויך די פאליציי פון נעבן קרית יואל דארף מען אויפזאגן, און די גווארדיע שלעגער'ס פון יענקל תרח מיט די אלע שלעגער בימי רבינו יואל וואס האבן טעראריזירט און געציפט רבנים ובעלי בתים וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן, די וועלן איבערנעמען קאנטראל אין קרית יואל.