היינט אינדערפרי איז פארגעקומען אכזריות'דיגע געשלעג ביים ביהמ"ד בית יואל, דאס איז דער כראנאלאגישער סדר
אין קורצן,
דוד עקשטיין האט באקומען א פערמיט פון די ווילידש צו קענען גרובען אויף יענעם שטח, (נוסח יצחק רז"ב) ער דעם ארויף האט ער זיך פריפעירד ביי די סטעיט פאליס אז זיי זאלן נישט ריספאנדען צו קיין 911 קאלס צו דעם סצענע ווייל ער ארבעט מיט א פערמיט (נוסח שמיני עצרת) און ליתר שאת איז דא פאבליק סעיפטי וואס וועלן שוין האלטן ארדענונג,
די פלאן איז טאקע געפארן ווי געפלאנט, 6:15 פארטאגס האבן זיך אריינגעריקט דריי בילדאוזערס מיט א זאמד טראק און אנגעהויבן די ארבעט צו גראבן אויפן גאנצן שטח פארנט פון בית יואל ביזן טיר פונעם הויז, אריינגערעכנט די סטעפס וואס פירט צום טיר,
זיי האבן געארבעט אונטער די סופארט פון פאבליק סעיפטי און אויך א גארד קאמפעני וואס זיי האבן ארויסגעדונגען (נוסח שמ"ע),
תיכף ווען זיי האבן אנגעהויבן די ארבעט, זענען עטליכע יונגעלייט געקומען און זיך געשטעלט אונטער די טראקטארס אפצוהאלטן דעם גניבה, קרית יואל פאבליק סעיפטי האט געקייטעלט 4 יונגעלייט און אריינגעפירט אין פאליס סטעישן,
ביני לביני פון ווען זיי האבן אנגעהויבן גראבן האט מען כסדר אריינגערופן 911 זיי האבן לכאורה אריינבאקומען א הונדערט קאללס זיכער במשך דע צוויי שעה, אין קול ואין עונה, די עסקיוועיטערס האבן ווייטער געטון זייער ארבעט אומגעשטערט מיט די הילף פון קרית יואל פאבליק סעיפטי און די גארד קאמפעני,
ענדליך 8 א זייגער איז דער לויער פון בית יואל בענוסטער אנגעקומען מיט די פוזאמעס, ער האט געזען אז דא ווערט געטון אומלעגאלע אקציעס (וואס פארדעם האבן זיי גענומען א זונטאג וואס אלעס איז געשלאסן..),
דער לויער האט זיך נישט פארלוירן ער האט אריינגערופן עמעירזשענסי צום זשאדש פונעם קעיס, ער האט איבערגעגעבן וואס דא גייט פאר, ווי אויך אז די פאליציי האלטן נישט ביים זיך אריינמישן ווייל אלעס איז כלומרשט לעגאל...,
דער זשאדש האט אים אויסגעהערט און פארשטאנען וואס זי האט צו טון, זי האט ארויסגעגעבן א פארארדענונג אז די ארבעט דארף תיכף ומיד אפגעשטעלט ווערן,
ווען דער לויער האט געוואלט קומען איבערגעבן דעם מעסעדש האט אים פובליק סעיפטי אנגעכאפט ביים קארג און אים אוועקגעשטופט פון דארט און אים פיזיש אטאקירט, ס'איז דא קלארע ווידיאוס פון דעם סצענע,
וואס דער גולמים האבן נישט געוואוסט איז אז זיי האבן יעצט אטאקירט א קאורט שליח, ער איז דא געקומען איבערגעבן א אפיציעלע מעסעדש פונעם שופט און זיי האבן אים אוועקגעטריבן מעשה "חסידישע פאליס..."
דא איז שוין די סטעיט פאליס אריינגעקומען אין בילד און זיך אנגענומען פארן אמעריקאנעם יוסטיץ און פארלאנגט זאפארט אפצושטעלן די אומלעגאלע אקציע, מיט דעם האבן זיי געראטעוועט די בעק הויף וואס איז געווען די נעקסטע סטעפ, ווי די עסקיוועיטער האט געזאגט פאר די פאליציי,
מארגן 9:15 דארפן דע גנבים ערשיינען אין געריכט.

תוקן על ידי המהדרין ב- 06/06/2010 19:51:47