היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » די ליצנות פון שטאט: נייע מיטל צו פארוואסערן דעם דורכפאל, אוי...

די ליצנות פון שטאט: נייע מיטל צו פארוואסערן דעם דורכפאל, אוי...

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2795419

סעננדר » 4/6/2010 17:46

די ליצנות פון שטאט: נייע מיטל צו פארוואסערן דעם דורכפאל, אויך דורכגעפאלן....!!!
די פאמפקין קעפ אין קהל'ס אפיס האקן זיך דעם קאפ אין וואנט ווי קריכט מען ארויס פונעם בלאטע, מ'האלט שוין 3 טאג נאכן סידור קידושין דורכפאל און מ'איז נאך אלץ נישט ארויסגעקומען מיט א אפיציעלן פסק דין..... נאכן פרובירן צו פארקויפן אז מ'האט/מ'גייט מסדר קידושין געווען מיט רשות.... און תושבי קרית קרית יואל מיט די קעלבלעך זענען ליידער געוואויר געווארן דעם סוד אז דאס איז איין גרויסע פאמפקין קיינער האט זיי נישט געבעטן.... און קיינער איז נישט אינטערסירט אין זייער גוטהארציגע.... רשות,

אט הערט,

נעכטן באקומט הגאון ר' שמשון שווארטץ א טעלעפאן רוף פונעם ארונישן האפטקווארטיר,

דער טעלעפאן קאל איז צוגעגאנגען ווי ר' שמשון פארציילט,

העלא א גוטן  דא רעדט מען פון קהל'ס אפיס,

..... יא, מיר האבן נאר געוואלטן קלאהר מאכן דאס מיר האבן גיהערט אז איר האט איבערגעגעבן דאס רשות פארן טשאטה'ער רב......

איך האב נישט געבעטן קיין רשות איך האב נישט באקומען קיין רשות און איך האב נישט געגעבן קיין רשות! איך האב מיט אייך נישט קיין שייכות! כל טוב, טראך!
 
איר קענט דאס וועריפייען מיט רבי_יונה און מיט פייוו בארא, זיי ווייסן דאס בעסער פון מיר...

אצינד קוקט מען ארויס וואס נעקסט...

zibala » 4/6/2010 18:32

וואס הייסט וואס? א חרם קיווע וויינשאטק!