היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווער איז די סטרא אחרא אין ווער די סטרא דקדושה???

ווער איז די סטרא אחרא אין ווער די סטרא דקדושה???

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2795262

הולך_לבגץ » 4/6/2010 04:48


ס'איז דא א באוויסט ווארט מה אהבתי, וואס איך האב ליב, תורתיך, דאס איז דיין תורה,

די וואך איז פארגעקומען א מסיבה ביי אברהם מאיר אלטמאן אין שטוב לטובת די ביהמ"ד פון די זאלי'ס און ב"פ וואס פאר ווער ס'ווייסט ווערט דאס ליידער אפגעהאלטן פון געבויעט ווערן דורך איינער וואס בשם ישראל נקרא א טאהש'ער חסיד א גרויסער שונא פאר די אהרונים

אבער דאס וואס האט מיר געכאפט איז די דרשה פון דעם שטריק הידוע ווי ער זאג אז יעדע גוטע זאך קומט אן שווער און די סטרא אחרא פארלייגט שווערע כוחות דאס צו שטערען, און דא אויך קומט דאס אן אזוי שווער 

וויל איך וויסן און וומ"ס ווי ער האט באקומען די גאנצע מוסדות אויף א גאלדענע טאץ אן קיין שוועריקייטען אין אונז האבן זיך געפלאגט איז ער די סטרא אחרא און אונז די סטרא דקדושה

איז וואס איז זיין פאזיציע סטרא אחרא אדער סטרא דקדושא

נישט אז איך האלט אז וואס דער שטריק זאגט איז אמת אבער לשיטתו

תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 04/06/2010 04:58:03

לא_לנו » 4/6/2010 05:05

נישט אז איך שפיר אין דיינע ווערטער עפעס האפט אז איך זאל דיר דארפן ענטפערן... דיינער ווערטער גרעניצן זיך מיט כפירה אין דברי חז"ל ווייל דוכט זיך אז דאס וואס ער האט געזאגט איז נאר נאכגעזאגט וואס עס ווערט געברעגנט איבעראל פון פריערדיגע. 

אבער זיי נאר וויסן אז די קהלה און מוסדות איז גארנישט אנגעקומען אזוי אויף א "גאלדענע טאץ אן קיין שוועריקייטן".

ערליכע אידן האבן געשפיגן בלוט לאנגע יארן ביז מען האט זוכה געווען מיט די הילף פון השי"ת אפצוטוהן דעם נגע צרעת פון די וויליאמסבורגער קהלה.

אגב, יעדעס מאל וואס דו שרייבסט 'שטריק' ווערט דער שטריק פארברייטערט...

צביהירש » 4/6/2010 06:10

סטרא דקדושה אידן האבן געקענט פארטראגן אז אנדערע אידן האבן אויך א קהלה פאר זיך. זיי האבן נישט געפייניגט און גע'רודפ'ט ערליכע אידן וואס האבן געהאט אנדערע מיינונגען בדרך החסידות.

די וואס ווארפן ארוס אין גרעסטן פראסטיגן ווינטער טאג א אינג בחור'ל נאקעטערהייט פון מקוה, די זענען אכזרים בני אכזרים, זיי זענען זיכער נישט מצד הקדושה. (ווער עס געדענגט די פאסירונג אין קרית יואל ווען די בעלי זרוע האבן געהאט די אויבערהאנד)

וואלןסח » 5/6/2010 01:48

צבי הירש

אייזן געזאגט!

און ווער עס שרייט נאך פרויען וואס טראגן מיט עירוב לפי פסק מורה הוראה שלהם דער איז סטרא?

ווער ס'שלעפט שייטלען פון פרויען ווי באלאנגט ער?

ווער עס שלאגט אינגעלייט וואס הענגן צעטלעך פאר א פראטעסט פאר די איינציגע חטא ווייל ער באלאנגט צו אנדערע קהלה (נאך פאר דעם ביטול פראטעסט פון וואשינגטאן) ווי באלאנגט ער?