היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מאסן עצרת אין לאנדאן לטובת אונזערע תימן'ע ברידער

מאסן עצרת אין לאנדאן לטובת אונזערע תימן'ע ברידער

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2795249

פשווארסק » 4/6/2010 02:25

פין בחצרות:
הונדערטער אנשי שלומנו אין לאנדאן וועלן זיך אנרופן צום קריאת הקודש פון מרן רבינו שליט"א, צו מציל זיין א נפש אחת מישראל פון אונזערע תימנ'ער ברידער, ביים מאסן עצרת להצלת יהודי תימן, וואס איז פאררופן געווארן דורך די הנהלה פון "עזרת ישראל", און וועט פארקומען במעמד פון טויזנטער אידן, אין שפיץ פון גדולי הרבנים שליט"א פון לאנדאן, קומענדיגן זונטאג פ' קרח, אין זאל פון יסודי התורה.


מיט אנדערהאלבן יאר צוריק האט רבינו שליט"א אויסגערופן א קריאת הקודש, אז יעדע משפחה פון אנשי שלומנו זאל זיך צוזאמנעמען און אויסצאלן די הוצאות פון ראטעווען איין אידיש נפש קיין לאנדאן, וואו די עסקנים פון עזרת ישראל וועלן זיי אויפנעמען און מסדר זיין על צד היותר טוב.


אין די טעג ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צו ארויסברענגען ארום 70 נפשות פון די שטאט ריידא, וואו דער אידישער ישוב האלט זיך ביים אויפלעזן, צוליב די סכנת מיתה ממש וואס הערשט דארט אויף יעדן איד. ווי די עסקנים געבן איבער איז מעגליך, אז ביז עטליכע וואכן וועלן די תימנ'ער אידן קענען אנהויבן קומען קיין ענגלאנד, וואו זיי וועלן ענדליך דערגרייכן א מקום מנוחה.

[בילד – נישט אפגעהיט]*
*
[בילד – נישט אפגעהיט]
*
[בילד – נישט אפגעהיט]


פשווארסק » 4/6/2010 02:27

דער אקציע מיז ספעציעל באגריסט ווערן
ציליב דעם וואס דער מוסד עזרת ישראל ליהודי תימן - וועלכע איז געגרנידעט דורך אדמו''ר מסאטמאר מהר''א
האט דא געמאכט א ערנסטע קאמפיין ''אין נישט אריינגעמישט פאליטיק'' ווען ס'קומט צו ראטעווען תימער יודן
עס איז א געוואלדיגע חיוב זיי צו העלפן


תושבי לאנדאן!
איש בל ידער קומענדיגען זינטוג אין יסודי התורה


תוקן על ידי פשווארסק ב- 04/06/2010 02:28:01

צביהירש » 4/6/2010 05:58

פארוואס דויערט דאס אזוי לאנג?


לכאורה וואלטן דאך שוין אלע תימנ'ע אידן געדארפט פון לאנג אנקומען קיין לאנדאן מיט איבער א יאהר צוריק.

ווען רבי (פון קרית י') האט אנדערהאלבן יאהר צוריק געזאגט אז אמעריקא לאזט נישט אריין די תימנ'ע אידן און אלע אידן מוזן גיין נאר קיין ענגלאנד.

פשווארסק » 8/6/2010 02:33

א קידוש השם
אזוופיל טויזענטער יודן אינטער איין דאך
צו ראטעווען א שבט מישראל

די גרעסטע קידוש ד' איז געווען אז ס'איז געווען זאלי ריין (אלעס ווייל מהר''א האט געגרינדעט די הצלה אקציע)


[בילד – נישט אפגעהיט]*
[בילד – נישט אפגעהיט]*
[בילד – נישט אפגעהיט]*
[בילד – נישט אפגעהיט]
*
[בילד – נישט אפגעהיט]*
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי פשווארסק ב- 08/06/2010 02:34:01

ערב » 8/6/2010 02:37

איך בין געווען אין א וואך צוריק די מצב דארט איז שרעקליך

ערב » 8/6/2010 02:38

איך האב געדארפט שלאפן מיט א געווער