די אהרוינים זענען צושרויפט פון די אומאפהענגיקייט וואס דער תולדות אהרן רבי ר' דוד האט געוויזן ווען ער איז געווארן געקרוינט אלס אדמו"ר מתו"א און ער צייגט נאך ארויס עד היום הזה. ווער עס קוקט נאך די חסידות שטוינט פונם כח המנהיגות פונם תו"א רבי.
סאטמאר איז אלס געווען די ריקן ביין פון די ירושלימ'ע אידן, יעצט ווען די אהרוינים האבן געוואלט מכתיר זיין זייער רבי אלס רשכבה"ג האבן זיי זיך אנגעשטויסן אין א מעכטיגע פראבלעם וואס רופט זיך תו"א. דער תו"א רבי האט זיך נישט מכניע געווען פאר ר' אהרן און איז אין פאקט גאר נאנט מיט ר' זלמן לייב. פאר דעם אליינס פארדינט תו"א צו ווערן איגנארירט בויקאטירט און באשמוצט בכל עת מצאו.
פרעג א אהרויני וואס האט תו"א געזינדיגט, אויב זיצט יענער נישט אויפן אינטערנעט וועט ער בלייבן מיטן צינג אינדרויסן. אויב יענער זיצט יא אויפן אינטערנעט וועט ער דיר תיכף מסביר זיי בטוב טעם ודעת אז תו"א איז שוין נישט דא זעלבע, דער "היינטיגער" האט אראפגעפירט דאס גאנצע חסידות פון די רעלסלען, ער גייט צום כותל (אויסגעזויגן פון פינגער). ער לאזנט נישט זיין עולם גיין פראטעסטירן (אויסגעזויגן פון פינגער). וכו'
ממש לעצטענס האט דער בלאט נישט געהאט א ברירה זיי האבן בעל כרחם געמיזט מפרסם זיין בילדער ווי חסידי תו"א זענען זיך מוסר נפש ביי הפגנות, זיי האבן נישט געהאט א ברירה ווייל דאס זענען געווען די אנייציגסטע בילדער ווי מען זעט די ברוטאליטעיט פון די פאליציי. עס זענען געווען בילדער ווי מען פירט אוועק 2-3 אהרוינים, אבער אויף יענע בילדער זעט מען ווי די אהרוינימלעך שפאצירן אנגעכאפט דורך די פאליציי, נאך מער זעט מען ווי די אינגעלייט שמייכלען צום פאטאגרעפער זייערע רעקלעך זענען זויבער, די היטן אויפן קאפ עס פעלט זיי גארנישט, זיי האבן זיך "געלאזט" ארעסטירן פאר די בילדער.
פון די אנדערע זייט ביי די חסידי תו"א זעט מען ווי די פאליציי שלעפט זיי אוועק מיט ברוטאליטעיט, רוב פון זיי אן היטן און קאפלעך אויפן קאפ צוריסענע און שמוציגע קאפטענעס, אין רוב בילדער זעט מען ווי די פאליציי שלעפט זיי ארויס פון די לעכער.
בקיצור ווען דער בלאט וויל לייגן בילדער ווי מען זעט "עקשאן" דארפן זיי נעבעך לייגן בילדער פון תו"א אינגעלייט, אבער וואס טוט מען צו קענען ממשיך זיין מיטן שקר אז תו"א רבי האט אראפגעפירט זיין חסידות פון גלייכן וועג? וואס טוט מען אנצוהאלטן דעם שקר אז תו"א רבי לאזט נישט זיינע חסידים פראטעסטירן? מען טוישט די נעמען אין טיטלען אינטערן בליד, זיי וועלן שרייבן מ'חסידי קהל חסידי ירושלים אנשטאד מ'חסידי תו"א.
זייערע שרייבערלעך אין דער בלאט וועלן סך הכל מצליח זיין צו צומישן זייער אייגן עולם, זייערע שרייבערלעך מאכן פורים פון זייער אייגן עולם אדאנק די מנהיגות וואס דער תו"א רבי צייגט ארויס.