היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הגה"צ חבר הבדי"צ עדה החרדית אין קרית יואל

הגה"צ חבר הבדי"צ עדה החרדית אין קרית יואל

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2795071

נוטראלער » 3/6/2010 17:39

היינט דאנערשטאג שלח אינדערפרי, איז הגה"צ ר' נפתלי ה. פרענקל שליט"א, חבר בית דין צדק עדה החרדית בירושלים עיה"ק, אפגעשטאט א באזוך אין קרית יואל, ער האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול "ויואל משה" דקהל יט"ל (צד מהרז"ל), ווי ער איז אויך מכובד געווארן אלץ סנדק ביי צוויי ברית'ן,

 

(במאמר המוסגר, ווער עס געדענקט ווען דער גאב"ד שליט"א איז געווען צוגאסט אין קרית יואל מיט עטליכע יאר צוריק, איז געלייגט געווארן געווואלדיגע פרעשער אז ער זאל ח"ו נישט אריינטרעטן אין דעם ביהמ"ד, עד כדי כך אז מען האט אנגעהאלטן די טיר אז ער זאל נישט קענען ארויסגיין פון זיין אכסניא, אבער למישה האט דעמאלט דער גאב"ד געזאגט אז עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם דארטן אריינצוגיין, און ער איז טאקע געגאנגען און דעהאלטן דארט א הערליכע דרשה, און אזוי איז געווארן אנגענומען ביי אלע חברי הבדי"צ.

אויששש » 3/6/2010 17:52

ס'פרעגט זיך נאר א שאלה צו ווען נישט דעם וואס ר' נפתלי דינט אלס בורר אין די בני ברק'ער קעיס, צו וואלט ער ווען אויך באקומען די סנדקאות'ער ? (אויב ס'איז אמת)
אז די ענוועלאפ ביי זיין טיי אוונט האט נישט געהאלפן וועט 5 סנדקאות'ער אויך נישט העלפן, ויקוב הדין את ההר

allgood1s » 3/6/2010 21:13

די שאלה איז אויב ווען נישט די סנדקאות וואלט ער אויך דארט גע'דאווענט? און אויב ער וואלט אנגענומען סידור קידושין אין די בנ"י זאל שלא ברשות המרא דאתרא???