היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » גרויסע אסיפה דורך וועד הרבנים ד'מאנסי אין שטוב פון סאטמארער ...

גרויסע אסיפה דורך וועד הרבנים ד'מאנסי אין שטוב פון סאטמארער ...

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2794857

פאפיטא » 3/6/2010 02:54

גרויסע אסיפה דורך וועד הרבנים ד'מאנסי אין שטוב פון סאטמארער רבי שליט"א
היינט נאכמיטאג האט דער "וועד הרבנים ד'מאנסי" אפגעהאלטן א גרויסע אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג, לטובת די תימנ'ע אידן אחינו בני ישראל הנתונים בצרה.

עס האבן זיך באטייליגט די רבנים הגאוה"צ חברי הביד"צ דקהל יטב לב ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א; הגה"צ גאב"ד סאטמר מאנסי; הגה"צ אב"ד וויזניץ-מאנסי; הגה"צ רבי יחזקאל גאלד; הגה"צ אב"ד וויזניץ-וומ"ס; כ"ק אדמו"ר מפאפא; כ"ק אדמו"ר מצעהלים; הגה"צ אב"ד דושינסקיא; כ"ק אדמו"ר מוויען; און כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא.

אויך האבן זיך באטייליגט מערערע עסקנים און כלל טוער אין שפיץ פון הרה"ח ר' משה דוד ניעדערמאן שליט"א.

בשם ה' נעשה ונצליח.