היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » הונדערטער, טויזענטער, 35 טויזענט, התאחדות פלאצט?

הונדערטער, טויזענטער, 35 טויזענט, התאחדות פלאצט?

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2794714

נפל » 2/6/2010 19:06

די אהרוינים האבן געהאט א שיינעם ציבור ביי זייער פראטעסט אין מאנהעטען. עס וואלט געקענט געקרוינט ווערן מיט הצלחה ווען נישט זיי שטעלן דאס ארויס אלס א מלחמה קעגן התאחדות. די אהרוינים פארקויפן אז זיי האבן געהאט 35,000 מענטשן, האמת נכון הדבר? איך גיי נישט אריין אינם פאקט אז 90% זענען געווען אינגע בחורים, "קוקט אליינס נאך די קליפס, קויפט נישט קיין באבקעס". אויסגערופן ביים פראטעסט האבן די אהרוינים בזה"ל "די פאליציי שאצט דעם ציבור המשתתפים אלס 35,000" נישט די פאליציי האט דאס אויסגערופן, די אהרוינים האבן דאס אויסגערופן אין מייק.

לאמיר כאפן א בליק אין וויפיל זענען טאקע געווען. (נישט וואס איך שאץ, וואס ריפארטער שאצן).
 
http://english.cri.cn/6966/2010/06/01/189s573599.htm 
 (נעמט אין חשבון אז דאס וואס התאחדות האט מורא געהאט פון, דהיינו די וועלט זאל נישט צוקלעבן דעם פראטעסט צו די אראבער האט טאקע פאסירט, די קעפל פון די נייעס איז Israel's Clash with Gaza-bound Flotilla Touches off NYC Demonstrations רח"ל)

ליינט ווערטער, מיר האבן גערעדט מיט די פאליציי, פאליציי האט אונז פארציילט אז די הכנות צום פראטעסט האט גענומען א וואך. נא וויפיל זאגן זיי אז עס האבן זיך משתתף געווען? ליינט אליינס, זיי שאצן צווישן עטליכע הונדערט און עטליכע טויזנט.
 
Across 42nd Street from the freelance anti-Israel demonstrators and across the avenue from the mission, on the Northwest corner of the intersection, a protest of a few thousand Orthodox Jewish men in broad-brimmed black-hats and long black coats demonstrated against the "desecration" of graves in Israel. They were protesting against a relocation of ancient graves in southern city of Ashkelon to make way for construction of a hospital emergency room. The demonstrators believe the graves are Jewish bones that should not be moved. The demonstration prepared more than a week in advance, a police offer told Xinhua, was complete with mammoth video screen and a booming sound system that relayed speakers' remarks for four blocks up Second Avenue, where hundreds of the demonstrators lined the west side of the avenue.

נעקסט:
 http://news.yahoo.com/nphotos/Israeli-flotilla-raid-sparks-global-protests-Israel- Prime-Minister-Benjamin-Netanyahu- Ashkelon/ss/events/wl/060110flotillaraid/im:/100601/ids_photos_ts/r1200903138.jpg 

(נעמט אין חשבון אז דאס וואס התאחדות האט מורא געהאט פון, דהיינו די וועלט זאל נישט צוקלעבן דעם פראטעסט צו די אראבער האט טאקע פאסירט, די קעפל פון די נייעס איז Israel deports flotilla activists after global protests רח"ל)

זיי שפירן בכלל נישט פאר וויכטיג צו איבערגעבן די "פאליציי" געשאצטע 35 אלפים..
 
Orthodox Jewish demonstrators protest against the government of Israel outside the Israeli mission to the United Nations, in New York, May 31, 2010. Protestors claim the government run by Israel's Prime Minister Benjamin Netanyahu is desecrating grave sites by allowing construction atop an ancient cemetery in the coastal town of Ashkelon

עס זענען דא נאך צענדליגע וואס שרייבן און אלע פון זיי שרייבן אקאוראט ווארט ביי ווארט דאס וואס די צוויי שרייבן.

דער פאפיולערער ניו יארק טיימס האט זיך בכלל נישט מטריח געווען צו דערמאנען דעם פראטעסט און אפילו 1010wins און CBS האבן נישט גערעדט דערוועגן ווייל די אהרוינים האבן געמאכט דעם פראטעסט מאנטאג א טאג וועלכע איז חגא ביי די גוים און די פראטעסט האט נישט גורם געווען קיין שום טרעפיק.

די אהרוינים זענען פארנומען זיך צו פארענטפערן פארוואס זיי האבן גענועמן דווקא ב' שלח א טאג פאר התאחדות (פאר התאחדות האט פארופן דעם פראטעסט אין וואשינגטאן האבן זיי געהאט פארופן אויף ג' שלח אין מאנהעטען). פאר די זעלבע סיבה פארוואס התאחדות האט פארופן אויף דינסטאג און נישט אויף מאנטאג ווייל מאנטאג איז חגא און עס וועט נישט האבן די ריכטיגע אפעקט אויף די מידיע, פאר דעם זעלבן סיבה, דהיינו חגא האבן די אהרוינים פארופן אויף מאנטאג האפענדיג אז הונדערטער אינעלייט וואס ארבעטן נישט חגא וועלן זיך משתתף זיין. ווי מיר זען זיך אום האבן די אהרוינים אויסגערופן "אויף אידיש" אז די פאליציי שאצט אויף 35 טויזנט און די גוי'אישע ריפארטער (לכאורה אינטערגעקויפט דורך התאחדות, נישט אזוי?) האבן פון נישט מעלדן קיין ציפערן בכלל, א זאך וואס צייגט אויף א דורכשנילטיכע פראטעסט אין מאנהעטען, ביז הונדערטער אדער "אפאר טויזענט", ווי אזוי די אהרוינים זענען אנגעקומען צום ציפער "צענדליגע טויזענטער" איז נאך דערווייל א מיסטיריע.
 
איך זע נישט א סיבה פארוואס התאחדות זאל פלאצן פון אזא דורכגעפאלענע אקציע.

אה, כמעט פארגעסן, די "רבנים" וואס זענען געזעצן אויבן אן... מ'קען זיי ציילן אויף איין האנט

1 ר' יחזקאל ראטה
2 ר' מענדל זילבער (דערמאנונג: נישט לאנג צוריק איז ער געווען אין לאנדאן וועגן די אהרוינישע רבנות פאסטן אין לאנדאן)
3 ר' חיים מערץ (?!)

תוקן על ידי נפל ב- 02/06/2010 19:47:45



תוקן על ידי המהדרין ב- 03/06/2010 16:41:11

לא_לנו » 2/6/2010 19:12

נפל בארואיג זיך. דארט זענען געווען צענדליגער טויזנטער מענטשן אויף 9 אפגעשפארטע בלאקס מיט א פאפא באס, אויך דער ראה"ק פון פאפא אליין. אלעס זעהט מען אויף די בילדער.

שרעק זיך נישט פון דעם נארישן גויאישער רעפארטער וואס ווייסט נישט גארנישט. 

דיןתורה » 2/6/2010 19:15

צד מהר''א רעדט נישט אזוי סאך פין דעם פראטעסט ווי מ'רעדט דא
אזוויפיל אשכולות פאר איין טעמע?

ס'קוקט אויס ווי מ'ווייל עפעס זאגען אין זאגען ביז איינער וועט עס גלייבן
אדער וויל זיך איינער אויסגעבן א שוערע כעס אויף א זאך וואס קרענקט אים

דער ריפארטער האט לכאורה די זעלבע נאמנות ווי יעדע היידפארק שרייבער, איז עס שווער צו ליינען דיין תגובה
אבער קוקענדיג אויבן אויף זעה איך אז ער שרייבט אז זיי גרייטן זיך שוין א וואך דערצו - א פשוט'ע ליגענט
סיי די מאנהעטן פראטעסט אין סיי די וואשינגטאן פראטעסט האט קיינער נישט ערנסט  געארבעט דערפאר,


אין וואס ביזטו ביזי מיט די נומבער
מ'פלעגט ביי יעדע פראטעסט אויסרופן ריזיגע נומבערס קיינער האט נישט ג'חלומ'ט איז ס'איז קרוב אל האמת
אין דארט זענען נאך געווען לויט אלע מיינונוגען צווישען 4 ביז 9 גאסען
אפי' ס'נאר געווען 4 גאסען האבען זיי זיך גארנישט צו שעמן פאר די אלטע פראטעסטן ווי מ'פלעגט אויסרופן 30 טויזענט באטייליטגע
ביי די לעצטע גרויסע פראטעסט וואס התאחדות האט געמאכט איז געווען היבש ווייניגער מענטשן אין מ'האט אויך אויסגערופן 30 טויזענט


תוקן על ידי דיןתורה ב- 02/06/2010 19:27:14

נפל » 2/6/2010 19:36

דיןתורה, ווען איך וואלט געווען א אהרויני וואלט איך אויך נישט גערעדט פון דעם פראטעסט

נפל » 2/6/2010 23:13

די מידיע מעלדט אז די אהרוינים האבן פראטעסטירט קעגן די איזרעילישע אקט פון הרג'ענען 9 טערקן

http://www.wpix.com/videobeta/5537e4a6-03cc-4413-97aa-1f036195d3c2/News/Protests-Against-Israeli-Deadly-Raid

הנגיד_רבי » 3/6/2010 05:09

וויסא איינער פארוואס די וואך האט אנשטאט ארויפלייגן אויפן דעקל א בילד פון די 45,000 מענטשן ארויפגעלייגט די בילד...? איך בין זיכער די בלאט וועט זיך בעסער א עצה גיבן מיט זייערע ספעציעלע בילדער-דאקטוירים...
[בילד – נישט אפגעהיט]

yuchw » 3/6/2010 15:02

עס איז אונטערסאנט, אז ביי דעם עצרת זענען נישט ערשיינען קיין ציוני, און געשריגן גייט ארויס פון בג"ץ