א ישר כח פארן ארויפברענגען די נקודה דא.
עס איז באמת א שאנדע צו זעהן דעם קעפל "פארוואס פארשטייט סאטמאר בעסער ווי די גאנצע וועלט", ענדערש ברויך די קעפל זיין "ויואל משה אמת ותורתו אמת אין אלע הינזיכטן!"
לאמיר ברייט ארומרעדן: פון דאס ערגסטע וואס כלל ישראל האט נאר געליטן, און ס'איז א זאך וואס מאכט אויפצוטערן יעדן רעכטדענגיקטן מענטש איז די ענין פון "חיטוטי שכבי", עס כאפט א טרייסל און א ציטער אין אלע ביינער! עצמות קדושות וועלכע זענען שוין טמון בארץ אזויפיל יארן, און מען גראבט זיי ארויס! די מוח בלייבט שטיין.
און עס וואלט ווען געדארפט אויפרודערן יעדן איינציגן אשר בשם ישראל יכונה, און כש"כ וק"ו די גדולי ומנהיגי הדור, רבנים, אדמורי"ם, ראשי ישיבות, באבא'ס און מקובלים.
דערווייל...
בלויז און אויסשליסליך, נאר די היימישע קרייזן, (סאטמאר, משכנות הרועים, תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, דושינסקיא וכו') נאר זיי טוט עס וויי, און נאר זיי טוהן פעולות דאס אפצושטעלן. (הגם כ'זאג נישט אז ממש די אלע אויבנדערמאנטע וועלן זיך לאזן שלאגן פון די בארבארישע פאליציאנטן, אבער עס טוט זיי וויי און רעדן דערוועגן וכדו').
וואס טוט זיך מיט גור? בעלזא? וויזניץ? שטיינמאן? קניעווסקי? אלישיב? וואו זענען זיי? פארוואס טוט זיי נישט וויי אז מען גראבט ארויס קברי קדמונים? צו איז טאקע גענצליך אויסגעלאשן געווארן זייער אידישע פינק? אט אט אזוי ווייט האט מען זיך דערקייקלט?
מיר אלע געדענקען ווען דער חבר כנסת המינים מטעם גור, יענקל ליצמאן, האט בקול רעש גדול ובקול חוצב להבות אש דערקלערט אז אויב הייבט מען אן צו גראבן אין אשקלון, דעמאלטס "געענדיגט!", מען גייט ארויס פון די קאאליציע, דערווייל שטייען מיר און ווארטן...