| א_בני_יואל כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | פארוואס גראד נאך די אסיפה ביים דיין אינדערהיים ווי אלע דיינים אין ראשי הקהילה זענען דארט געווען האט נישט קיינער געזאגט די ווערטער אז די קדושין האט די מינדעסטע פראבלעם פארוואס זאל נישט קיינער פין די דיינים זאגן וואס מהאט דארט גערעדט |
|
איך מיין אז ס'איז נישט די ערשטע מאל אין דיין לעבן וואס דו רעדסט פאר דו ווייסט.
די קומענדיגע מאל פאר דו שרייבסט פרעג איבער דיין פאטער.
דא האסטו א חלק פון די דרשה פון הגה"צ רבי בנציון לאוב שליט"א ביים אסיפה (גענומען פונעם פי די עף פון קונטרס חומה בצורה):<*>
פאר מיר זענען אהערגעקומען דא אין ביהמ"ד, האט דער דיין זאל זיין געזונט
צוזאמגערופן דא די אלע פארזאמעלטע רבנים, צוזאמגערופן אן אסיפה ביי זיך אין שטוב,
דער דיין האט געזאגט אז ער פילט פאר וויכטיג איבערצוגעבן פארשידענע נקודות, איך וועל
נישט מאריך זיין אין אלע פרטים, מען איז דורכגעגאנגען, ס'ווייסט יעדער איינער, ס'איז
געווען א מורא'דיגער מכשול וואס ס'איז געשעהן דא אין דעם שטאט.
מען האט דן געווען די חלק הלכה, מען האט דן געווען די חלק ווי גרויס די שטאט
איז, וואס ס'באלאנגט אלץ פאר קרית יואל און ווי ווייט ס'גייט, און מען האט אויסגעשמוסט
דעם חלק וואס דאס מיינט מאכן א סידור קידושין אן די רשות פון דעם מרא דאתרא. דאס
איז קלאר געווען ביי יעדען, ברור כשמלה, אז ס'איז נישט שייך צו זאגן, אז מען גייט ארויס א
גאס פון שטעטל, צען גאסן ארויס פון שטעטל, ס'באלאנגט אלעס פאר קרית יואל, ס'איז
נישט שייך צו מאכן א סידור קידושין אן די מרא דאתרא.
.....
איך וויל נאר איבערגעבן, ס'האט מיר איבערגעגעבן דער ראש הכולל פון
ווילאמסבורג, הרב ר' נפתלי הירצקא צוויבל ער זיצט דא, ס'איז אים אויסגעקומען אמאל צו
רעדן מיט'ן רבי'ן ז"ל דער ברך משה בנוגע דעם נושא פון סידור קידושין אין קרית יואל. האט
דער רבי דעמאלט געזאגט, מען האט דן געווען
האט מען דן געווען אז כידוע איז דא א גרויסע שאלה אין די פוסקים בדיעבד,טאמער האט מען מסדר קידושין געווען אין א שטאט אן די רשות פון די מרא דאתרא וואס
די הלכה איז. ס'איז דא פוסקים וואס האלטן אז מען דארף נאכאמאל איבערמאכן די קידושין,
אזוי פסק'עט דער שואל ומשיב אין חלק ג' סימן רל"ט, קידושין איז בטלין, די קידושין איז
בטל. אנדערע פוסקים דער מהרש"ם אין חלק א' סימן ק"ס האלט דער מהרש"ם אז בדיעבד
איז די קידושין יא א קידושין.
למעשה די מנהג איז געווען, וויאזוי מען זעהט אין פארשידענע מקומות, אין
שטעטלך אינדערהיים, ס'האט זיך געמאכט אזעלכע שאלות, און מען האט איבערגעמאכט די
קידושין, אזוי ווי ס'איז באקאנט, דעמאלט האט מען נאך נישט געוואוסט די בריוו פונעם רבי'ן
זי"ע, ס'איז געדרוקט אין אגרות מהרי"ט, ווי דער רבי שרייבט בנוגע אזא שאלה, שרייבט דער
רבי אז מען זאל איבערמאכן די קידושין, דער רבי האט געזאגט זייער שארף אז מען זאל
איבערמאכן דעם קידושין.
מען וועט באלד הערן פונ'ם דיין. אין שו"ת לבושי מרדכי, מהדורא תנינא סי' נ', זאגט
דער לבושי מרדכי אז אפילו לויט'ן מהרש"ם אז די קידושין איז כשר בדיעבד, זאגט דער
לבושי מרדכי אז טאמער די תקנה פון קהל איז געווען אז מען טאר נישט מסדר קידושין זיין,
און די תקנה איז געווען אז אויב יא איז די קידושין פסול, איז משמע פון לבושי מרדכי אז דער
מהרש"ם איז אויך מודה אז די קידושין איז פסול בדיעבד, מען קען אריינקוקן אין לבושי
מרדכי מהדורא תנינא סי' נ'.
ער שרייבט מיט א שארפקייט, אז אויב די תקנה איז נאכנישט געווען אויף דעם אופן
זאל מען זיך צוזאמנעמען און מאכן די תקנה אויף דעם אופן כדי ס'זאל נישט צוקומען צו קיין
מכשול, און ס'זאל זיך נישט טרעפן קיין פורץ גדר, וואס זאל וועלן עובר זיין אויף די תקנה און
מאכן סידור קידושין אן די רשות פון דעם מרא דאתרא.
מען האט דן געווען דעמאלט וויאזוי די תקנה דא (אין קרית יואל) איז געווען, צו
ס'איז בדיעבד, ווי ווייט ס'איז געגאנגען די תקנה. דאס איז געווען די איינציגסטע מאל וואס
מען האט גערעדט פון דעם, די שארפקייט וואס דער רבי האט געהאט איז בנוגע די שאלה פון
בדיעבד, אבער אן דעם חלק פון בדיעבד, מען קוקט אריין אין די לשונות פון די ישועות יעקב,
*>