אין א פרישער שמועס היינט מיט הרב אהר'לע יאקטער, דורך די "קול החרדים באה"ק", א אפטיילונג אין קול סאטמאר, רעדט ער מיט גרויס עקסטאז וויאזוי די חרדים אין ארץ ישראל זענען מלא חיזוק נאך אזא דעמאנסטראציע.
צווישן אנדערע פארציילט ער אז דער ראש הממשלה האט נעכטן געקלינגען צו די רבנים און זיך געבעטן אז צוליב די יעצטיגע מיט די סומטאכע מיט די אראבער, זאלן זיי ביטע קלינגען צו די רבנים אין ניו יארק אז מ'זאל אפשטעלן די פראטסעט, וואס דאס ווייזט - ברענגט ער ארויס - ווי ווייט עס באדערט אים פערזענליך די פראטעסט, און ווי ווייט ער האט געוואלט פאר יעדן פרייז דאס אפשטעלן מיט כל מיני אמתלאות, (און פארשטייט זיך אז די רבנים האבן נישט אנגענומען זיינע קאפדרייענישן, און האבן דירעקט יא געשטיצט די הפגנה).
ער ברענגט ארויס אז ביי די גראבונגען ביים כבוש שש מיט עטליכע יאר צוריק האט זיך די דעמאלסדיגע ממשלה נאר דערשראקן דורך א פראטעסט אין ניו יארק, און עס איז צום האפן אז אויך יעצט וועט ער איינזעהן אז די שפיל לוינט אים נישט.
ווייטער פארציילט ער אז היינט איז אפגעשטופט געווארן די פלענער צו גראבן אין נצרת, אדאנק די נעכטיגע הפגנה!!!
לאמיר האפן אז די פלענער וועלן גענצליך אפגעשטעלט ווערן.
אשריכם אלפי תושבי ניו יארק!

תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 01/06/2010 23:47:22