אין ענליש רופט זיך דאס א HYOTHETICAL QUESTION, וואס א חילוק וואס וואלט געווען ווען ביבי וואלט ווען נישט צוריקגעפארען, די שאלה איז דא צו מען האט געמעגט פארטעסטירען אין אזא צייט אדער נישט.
גוטזאגער,
יישר כח פארן מיר טרעפען א פארשטיפטען בלאג וואס רעדט וועגען די חטוטי שכבי, איך וואלט דיר געקענט געבען די לינק צו הייד פארק וואס רעדט אויך וועגען דעם...
און אצינד צו דיינע דריי קשיות, שלש שהן חמש:
1) די זאלי דיינים זענען ענק גארנישט מחייב אבער די שיטה און אביסעל שכל היישר איז ענק יא מחייב.
2) דער בעל דבר"י זי"ע ווען ער האט געלאזט הערען זיין השקפה האט אויך געוויסט פון דיין קלוגען אויסטרעף אז די ציונים וועלען זיך פרייען, אבער ער האט דאך געשריגען אז די וואס גייען מיט די אראבער פארדארבען נאך מער.
3) עיין לעיל הערה 1.
4) דו און איך ווייסען אז ר' יצחק גליק שטייט היינט בראש פון די התאחדות הרבנים, און אז זיי האבען ארויסגעגעבען א קול קורא מיט חתימות פון רבנים (וואס קיינער האט עס נישט אפגעלייקענט... עיין ערך הרב קאטלער שליט"א) מיינט דאס אז "סאכדעס" ( די ארונים ווייטער מיט זייער צונעמען, וואס יעדער וואס גייט נישט אין שפאן איז זוכה דערצו, און מיט דעם באגראבט מען ממש דעם באטראפענעם...) האט לכתחילה ארויסגעגעבען די קול קורא, און זיי האבען דאס נאכדעם מבטל געווען,
5) איז די פראבלעם א מעשה אדער איז די פראבלעם "איין שטונדע פאר עס האט געדארפט פארקומען"? עס האט גארנישט מיט קיין מעשה צוטאן, עס איז א פשוטע זאך פאר יעדעם וואס קען אביסעל די שיטה, אז דער בעל דבר"י זי"ע האט נישט געהאלטען פון פראטעסטירען בשעת די וועלט איז אנגעצויגען אויף מדינות ישראל, און יעדער וואס האט נאר אביסעל שכל האט פארשטאנען אז די מידיא, אויב זיי וועלען בכלל רעדען דערפון, וועט עס נאר זיין בשייכות מיט די פאלעסטינער, וואס האבען פראטעסטירט אין גרויסען נעכטען און היינט.