היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ריכטער: בני המן קרעטשמע בלייבט פארשפארט

ריכטער: בני המן קרעטשמע בלייבט פארשפארט

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2794281

רבי_יונה » 1/6/2010 18:02

היינט דינסטאג אינדערפרי שלח האט די ריכטער ארויסגעשליידערט די TRO וואס די בני המן אין קרית יואל האבן אריין געגעבען אינעם נייעם קעיס וואס זיי האבן געפענט קעגן די ווילדטש, אז זיי זאלן קענען עפענען די קרעטשמע.

איצט האט די ריכטער נאכמאל געזאגט אז די קרעטשמע בלייבט פארשלאסן.

עס ברויך נאכמאל ארויסגעברענגט ווערן אז די אפשליסונג פונעם קרעטשמע האבן די בני המן אליין געברענגט אויף זיך, מיט דעם וואס זיי האבן אריין געגעבען א קלאגע אינעם גוישען געריכט אן ריפן צו דין תורה, קעגן קהלתינו הק' אין קרית יואל, און מחלל שם שמים געווען ומייקר שם אלילים ר"ל, אז קהל זאל מיזן אראפ נעמען די עירקאנדישאנס פון זייער דאך, ווי אויך אז די בעסימענט (קבלת פנים שטיבל) געהערט פאר די בני המן, וואס וואלט געווען א שרעקליכע שאדן פאר קהלתינו, און דערווייל איז די פסק געווען אז זייער קרעטשמע ברויך געשלאסען ווערן.

עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו קל.

איצט קענען זיי שרייבן נאך א בריוו צו אבאמא, וואס זיי ווארטן נאך אויף א תשובה...

א שאד אז זיי האבן געקענסעלט זייער טריפ פארטעסט קיין וואשיגטאן, וואלטן זיי אפשר דעמאלס באקומען אן ענטפער פון אבאמא...


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 01/06/2010 18:08:03

שלמהווייס » 2/6/2010 01:27

פאפירן ביטע

לא_לנו » 2/6/2010 01:41

פון רבי-יונה פארלאנגסטו פאפירן???....

אויף וועלכע וועלט ביסטו?

ערשט זאל ער אונז ארויסגעבן די פאפירן פון ירושלימער רב בפרשת הבאגאץ... מיר ווארטן נאך דערויף מיט אינטערעסע...

רבי_יונה » 2/6/2010 01:42

גיי אין די בעק פונעם ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל און קוקט צו עס איז אפען צו פארמאכט וועסטו שוין נישט דארפן קיין פאפירען...

שלמהווייס » 2/6/2010 01:55

ר' יונה במחילת כבודך איז דאס בכלל נישט קיין ראי'
ווייל אפי' די געריכט זאל ארויסגעבן א פסק אז מען מוז עס זאפארט עפענען
מיינט דאס נאכנישט אז דאס ווערט שוין געעפנט
זיי וועלן נאך אסאך און אסאך דארפן שוויצן
ס'גייט נישט אזוי כאפ לאפ
סאו רעד נישט קיין שטותים

לא_לנו » 2/6/2010 02:05

שלמהווייס האט היבש דרך ארץ פאר רבי_יונה, אפשר צוליב זיין שיינעם 'רבי' טיטל...

רבי יונה, אונז אלע זיצן דא אויף כל העולם כולו וואו דו האסט שוין מערערע מאל געברעגנט נייעס וועלכע איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און מיר ווארטן נאכאלץ אויף די באגאץ פאפירן פון ירושלימער רב!....

שלמהווייס » 3/6/2010 06:43

נישט ממש דרך ארץ ס'איז מער א יראת הכבוד...