היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברוך המקדש שמו ברבים!!!!

ברוך המקדש שמו ברבים!!!!

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2794074

ראפאגאש » 1/6/2010 03:39

 

 

ברוך המקדש שמו ברבים, האבן די טויזענטער ערליכע יודן ספאנטאן אויסגעשריגען ביי די מעכטיגע דעמעסטראציע, וואו עס זענען זיך צו זאם געקימען טויזענטער ערליכע יודן, אויפן דירעקטן  ריף פונעם מנהיג ישראל, און צדיק הדור, כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, אויס צו שרייען דאס וויי געשריי אויף די חילול קברי הקדמונים, וואס די ציוניסטישע בארבארן רייסן אויס בשאט נפש, מיטן גרעסטן מאס זילזול וואס איז נאר שייך,

עס איז נישט סוד אז נישט נאר פאר די ציונים האט וויי געטאן די מעכטיגע קידוש השם, נאך אויך פאר א הייפעלע אנגעווייטאגטע יודן, וואס האבן א סאך מער פיינט סאטמאר, וואו די ציונים, האט דאס פראטעסט וויי געטאן עד דכדיכה של נפש,   און זיי ארויף געברענגט, ביטערע אנגעווייטיגטע געפילן, וואו איר וועט הערן און די קימענדיגע טעג און די בתי מדרשים, און זען און דעם טמא'נעם צייטונג דער יוד,

לכוארה דארף מען דאך פארשטיין פארוואס? די דאזיגע אנגעווייטיגע עלעמענט, איז דאך אויך אויף געוואקסען און אונזער חדר, און אויך געהערט די הייליגע ש''ס תורה, פון אונזער הייליגען רבי'ן זי''ע, אלזא, מה חרי האף הזה? וואס באדערט זיי אזוי שטארק די ריזען הצלחה'דיגע דעמעסטראציע?

נאר דער תירץ איז, זייער פשוט,

די הולך לב''צניקעס, האבן נישט קיין שום פראבלעם, עובר צו זיין אויף די ארגטסע אסורים, אפי' ווען עס איז ביהרג ועל יעבר, ווען עס האנדעלט זיך, צו טשעפענען, און וויי טאן כ''ק רבינו שליט''א, די שנאה וואס זיי האבן צו כ''ק רבינו שליט''א, טרייבט זיי צו משוגעת, ממש לא יאומן כי יסופר,

זיי וועלן ענדערש עסען טרייפענע פלייש, מיטן א''ג הכשר פון א יוד, וואס טרעט נישט אריין און בוטשער מיום כפורים זה, ביי כפרות שלאגן, עד יום הכפורים הבעל''ט, וואו איידער צו עסען א געהעריג שטיקל כשר פלייש,

זיי וועלן גיין און ציוניסטישען בג''ץ, וואס לייגט זיך ניטאמאל אוין שכל אז איינער וואס ריפט זיך סאטמאר, זאל אפאציעל קלאגן א צווייטען יוד און בג''ץ הציוני רח''ל,

זיי וועלן ארום שיקן זייערע בנים רייסן צעטליך, וואס ריפן די ציבור ארויס צו גיין פראטעסטירן, א קעגן די ציניסטישע מדינה,

דער מנהיג זייערער ר' זלמ'לע, האט זיך נישט אפגעהאלטען פון א אוועק  געבן  גאנצע  6 שעה !, צו קענען עובר זיין אויף א פסק הלכה, פון רבינו הקוה''ט זי''ע, און הגה''צ דומ''ץ קרית יואל שליט''א, אלעס צו דערלאנגען פארן ברידער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א א נועם המידות'דיגע שטויס,  

ב''ה לא אלמן ישראל, כלל ישראל איז א מבין, אויף די פינסטערע עלמענטען, און כלל ישראל האט געוויזן, יום ב' שלח תש''ע, פאר דעם מן הארץ הדור, אז אין לנו חלק ונחלה עמך, מיר זענען נישט אונטערעסירט צו מיט צו טאנצען מיט דיינע שיגץ שטיק, מיר גייען נישט זיין פון דיינע פיקשער דאמיס,   מיר גייען נישט נישט קיין וואשיגטאן !!!!, מיר גייען אונאיינעם מיט די ערליכע יודן, ועל צבאם דער מנהיג ישראל כ''ק רבינו שליט''א, 

עד כדי כך, אז דער ר' זלמ'לע האט געמיזט אפריפן דעם פראטעסט מיט חרפות ובישות, אזוי די נסיעה קיין ארץ ישראל, און אזוי זיין נעילות החג צעראמאניע,  דארט איז דער תירץ געווען א שוויגער,  א פייער, און איצט איז עס אז דער ראש ממשלת הכופרים געפינט זיך נישט און וואשינקטאן, מען דארף נאר מתפלל זיין אז דער אייבישטער זאל עפענען די אויגן פון די זאליבאנצעס, אז זיי זאלן איינזען, אז זייער שנאה, און ווייטאג, ברענגט זיי נישט גארנישט נאר הארטץ ווייטאג, און עגמ''נ, וואו  מער זיי וועלן נאר שימפן, וועט נאר סאטמאר האבן וואס מער צו לאכן, מען קען נישט משנה זיין סדרי בראשית, אזוי דער הייליגער ברך משה האט געזאגט, הוא אשר דבר לעם סגלתו שמור לקדשו מבאו ועד צאתו, א מנהיג ישראל קען נאר זיין איינער וואס איז הייליג און אפגעהיטען, אבער אזא איינער וואס האט זיך געפירט וואו א פויער אלע יארן, שאקעלט זיך כלל ישראל אפ, מיט אפשיי, אפי דער יוד, מיטן נוזוויק זונגען קדוש קדוש קדוש!!!! מי יתן והיה



תוקן על ידי ראפאגאש ב- 01/06/2010 03:44:34




תוקן על ידי ראפאגאש ב- 01/06/2010 03:55:03

לא_לנו » 1/6/2010 03:59

יא ראפאגאשער צדיק. אויף דעם זאגט מען 'ברוך המקדש שמו ברבים'.

עס איז אונז געלונגען צו שטעכן די אויגן פון די זאליביציאנעס, עס איז געלונגען צו ווייזן פאר די פינסטערע עלעמענטן, עס איז געלונגען נישט מיטצוטאנצן חלילה מיט יענע שייגעץ שטיק, ועל כולנה איז איז געלונגען צו האבן א מנהיג ישראל און א צדיק הדור וואס עס טוט אים וויי די געשעענישן אין אר"י פון זיינע פיאות ביז צום זיבעטן ריפ.

געלויבט איז דער וואס הייליגט זיין נאמען אין פאבליק. לעבן זאל דער רעבע.

ראפאגאש » 1/6/2010 04:03

טייערער לא לנו, מיר פארשטייען אייער ווייטאג!

און איר דארפט פארשטיין, אז א מלחמה גייט א מאל גוט פאר איין צד, און א צווייטע מאל גוט פאר די אנדערע צד, איצט גייט גוט פאר די צד הקדושה,

לייג דיר צו, און וועג דיר אויף ווען עס וועט זיין שטנא נצח!

שלאף גוט זיסקייט

לא_לנו » 1/6/2010 04:06

אוי אוי. שטנא נצח זאל קיינמאל נישט זיין.

יענקעלע11 » 1/6/2010 04:28

געווען איז דאס מיט יארן צוריק, ר' הירץ פרענקל האט זיך געטראפן
מיט איינעם פון די גדולי הרבנים פונעם ליטווישן חדר, און יענער פרעגט
עהם א הארבע פראגע, זאג נאר, ווער גייט זיין ענקער רבי'ס ממלא מקום?
ביי אונז ווייסט מען שוין בחיים חיותו פון אינזער ראש ישיבה און פון אינזער מנהיג
ווער עס גייט זיין דער ממלא מקום און דער ממשיך דרכו, אדער ביי אייך פארוואס
ווייסט מען דאס נישט?, לכאורה וועט אלעס גיין לטמיון, ענקער רבי האט דאך נישט קיין
ממלא מקום, און קיינער ווערט צו דעם נישט צוגיגרייט,

ר' הירץ פרענקל האט עם נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, האט ער געבעטן הרה''ח
רבי בערל פריעדמאן וואס פלעגט אסאך צו גיין שפאצירן מיטן רבי'ן דער בעל דברי יואל 
זי''ע, ער זאל כאפן א שמועס מיטן רבי'ן און בין הדברים זאל ער פרעגן דעם רבי'ן די דאזיגע 
פראגע, וכך הוה, יענעם אויפדערנאכט, רבי בערל שפאצירט מיטן רבי'ן און דערציילט עם
דעם דין ודברים וואס ר' הירץ פרענקל האט געהאט מיט יענעם גדול, און וואס ער האט עם
געפרעגט, נו, פרעגט דער רבי, וואס האט ער עם גענטפערט?, זאגט עם רבי בערל אז ער
האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, גיט דער רבי א שמייכל, און זאגט, דער ענטפער איז זייער
פשוט, קודם כל האבן מיר א הבטחה פון הקב''ה, שלא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך,
גארנישט גייט נישט לטמיון, אלעס וועט בלייבן לעד ולנצח, און וועגן הנהגה, וועל איך דיר זאגן, "כלל ישראל
האט א גיטע נאז, זיי וועלן שוין דערשמעקן צו וועם זיך מתחבר זיין און פון וועם צו מקבל מרות זיין"

מורי ורבותי, רוח הקודש הופיע בבית מדרשו של רבינו, כלל ישראל האט א גיטע נאז, אן א צוואה,
אן א גוטהייסונג, נאר פשוט, כלל ישראל האט דערשמעקט צו וועם מען זאל זיך מתחבר זיין,
און פון וועם מקבל מרות זיין, כמה הרפתקאות עברו על כ''ק רבינו שליט''א, וויפיל צרות יגון ואנחה,
וויפיל שברי לב און עגמת נפש זענען אויף עהם אדורך, וויפיל חוצים ובליסטראות האט מען אויף עהם
געווארפן, וויפיל עלילות דם האט מען אויף עהם מעליל געווען, און גארנישט האט נישט געהאלפן,
אן דעם אזויגערופענעם גבאי, אן די לישקע, אן די שטיב מענטשן, אן איצל גליק, און אין א געוויסן זין
אפילו אן זיין טאטע'ן, (וואס איז ליידער געווען ארום גענומען מיט די אנשי דלא מעלי, וואס האבן מיט א
רציחה אויסגעניצט די זיקנה ומחלה פון זיין הייליגן טאטע זי''ע כידוע לכל), און עם כל זה, טראץ די אלע
רדיפות, טראץ די אלע צרות יגון ואנחה, האבן מיר היינט צוטאג אלע געזען, כלל ישראל האט א גיטע נאז   
כלל ישראל ווייסט אז רבינו הקדוש שליט''א איז דער אויסדריקלעכער רבן של ישראל, אזוי ווי רש''י זאגט
ויקהל משה, נאספים על פי דיבורו, אלפים ורבבות אידן זענען זיך צוזאם געקומען, פארוואס זענען זיי געקומען?,
נאספים על פי דיבורו, פונעם איתפשטותי דמשה בכל דרא ודרא, דער משה רבינו פון אינזער דור, האט
געהייסן מען זאל קומען, און כלל ישראל זענען געקומען צו לויפן, אשרינו מה טוה חלקינו, ומה נעים גורלינו.

סקאטמאלען » 1/6/2010 04:53

וואס גייט דא פאר, עפעס א מעשה פון ר' הערצקא פרענקל מיטן רבי'ן ז"ל, פון די ציונים, חיטוטי שכבי, עקירת הדת האסטו נישט? נאר מעשיות פון ר' אהרנס צידקות?

איז דאס געווען א פראטעסט קעגן די ציונים אדער נאך א יסוד איתן פאר ר' אהרן.

לא_לנו » 1/6/2010 04:55

יא. בעיני ראיתי ווי דער 'כלל ישראל' איז געלאפן. אשרינו!

היראים » 1/6/2010 05:03

באמת נישטו די ווערטער
''קיינער'' האט זיך נישט גערישט אויף אזא סוקסעס ב''ה
די גרעסעט אפסעמיסטן האבען זיך אויף אזאנס נישט פארגעשטעלט

ס'איז געווען א שאד אז מ'האט זיך נישט גערישט לכתחילה אין אפגעשפארט ביז נאך די פופציגסטע גאס
די אפגעשפארטע גאסען זענען נאך 6 אזייגער געווען אזוי איבערגעפילט ווי קיינמאל בעפאר

מ'האט בשעת די פראטעסט פראבירט צו עפענען נאך גאסן אין צילייגען נאך מייקס אבער די שטראם פין אזא ציבור בליעה''ר איז געווען אסאך מער בליעה''ר

דער עולם האט געדארפט זייער לאנג ווארטען אויף די באסעס
מ'האט געניצט אין וומ''ס די פלאטע פין צווישען 20 אין 30 באסעס פין די מוסדות
די פילע באסעס פין די פאפא מוסדות (ותשח''חל), אין שווארץ באסעס,

אין ק''י האבען די באסעס אינגאנצען נישט געקנט נאכקומען דעם ציבור, טראץ וואסי די בחורים האבען געניצט מאנסי טרעילס
 
אזוי אויך זענען געווען צענדילגע באסעס פין ב''פ אין פין מאנסי אין אנדערע געגענטער

א גרויסע עולם האט געקענט קומען מיט די אייגענע קארס ווייל די פארקינג בארגרעניצונג איז געווען סוספענדירט

עס איז א זעלטענהייט אז א פראטעסט נאכדערצו אזא מאסען פראטעסט וואס איז געווארען ארגענזירט פין דאנערשטוג מיטוג ביז מאנטוג מיטוג זאל קלאפען אזוי גיט ב''ה

נטרונא האט שטארק ציגעהאלפען - ווי אייביג, עס איז געוווען א געוואלדיגע קידוש ד'

א ריזיגער סקרין איז געווען אויפגעשטעלט פאר די אויבן אן, ווייזענדיג די שוידערליכע צענע'ס פין די רשעות'דיגע פאליציי, וועלכע האט געצויגן פילע דורכגייער'ס אינטערעסע

די עסקנים האבען אראפגעלייגט א מאסיווען ארבעט
מיט רעכטע סייעתא דשמיא

כל דבר שהוא לש''ש סופו להתקיים

יענקעלע11 » 1/6/2010 05:11

סקאט, ביי דיר איז ויאמינו בה' א סתירה מיט ובמשה עבדו,
ביי אונז איז דאס איינס, מען איז געגאנגען מוחה זיין אקעגק דעם
ברוטאליטעט פון די ציונים, אבער קיין איין זאלי איז דארט נישט געווען,
אפילו די ערלעכע פון זיי, און די וועסט נישט לייקענען אז דאס איז געווען
עפעס א שטיקל טעסט, מען האט ארויף געקיקט אויפן סטעיטש, קיינער
פון די לישקע איז דארט נישט געווען, נישט קיין איצל גליק, נישט קיין מיילעך
שטערן, נישט משה דוד נידערמאן, פנים חדשות באו לכאן, אויב איז דאס
געווען אויסדריקלעך נאר א פראטעסט אקעגן די ציונים, ווי איז ר' זלמן לייב
פיליפ געווען? ווי איז ר' שייע יאנקל שטויבער געווען, וואס? די ציונים שרעקן זיך
נאר פון וואשינגטאן?,

היראים » 1/6/2010 05:16

ס'נישט פנים חדשות בואו
ס'געווען כולו קודש

יכול » 1/6/2010 06:38

את אשר יגורנו בא!

דא האט איר די פשוטע סיבה פארוואס די זאלי'ס האבען געקענסעלט זייער פראטעסט אין וואשינגטאן.

אין דעם ווידיאו האבען זיי צוזאמענגעשטעלט די פראטעסט פון די ארונים און להבדיל פון די אראבער אלעס אינטער די זעלבע העדליין PROTEST OVER SHIP RAIDED IN ISRAEL.

יעצט זעט מען כמה גדולים דברי חכמים אז יעצט איז נישט די צייט ארויסצוגיין פראטעסטירען.

&nbsp;<embed type='application/x-shockwave-flash' salign='l' flashvars='&amp;titleAvailable=true&amp;playerAvailable=true&amp;searchAvailable=false&amp;shareFlag=N&amp;singleURL=http://wpix.vidcms.trb.com/alfresco/service/edge/content/4a3c1cb5-ec1a-4f5c-9f70-7a1fe513db65&amp;propName=wpix.com&amp;hostURL=http://¬₪¸.wpix.com&amp;swfPath=http://wpix.vid.trb.com/player/&amp;omAccount=tribglobal&amp;omnitureServer=wpix.com' allowaccess='always' allowfullscreen='true' menu='true' name='PaperVideoTest' bgcolor='#ffffff' devicefont='false' wmode='transparent' scale='showall' loop='true' play='true' pluginspage='http://www.macromedia.com/go/getflashplayer' quality='high' src='http://wpix.vid.trb.com/player/PaperVideoTest.swf' align='middle' height='450' width='300'></embed>

אומזיסט » 1/6/2010 06:44

אפשר קען איינער ברענגען א פונקטליכע באריכט ווי אזוי מען האט צוזאם געשטופט די 35 טויזענט אידן נעבעך אין די קארגע 4 בלאקס? (נאר די סיידוואלק)

כ'האף מען האט גיקענט געהעריג אטעמען...

גראדע אויף די ווידיאוס זעט אויס אפילו די שמאלע בלאקס גאנץ בריוח!
 
כ'מיין אז דאס פארדינט שוין א עקסטרע אשכול- אזא נס!
עומדים צפופים ומשתחווים רווחים - אין אונזערע צייטן, און נאך אפגעכאפט אויף א ווידיאו!...

ערנסט גערעדט, די פיקטשורס און די ווידיאוס שטימען בכלל נישט מיט די אהרונים'ס עקסייטמענט דא.

פילייכט איז זייער עקסייטמענט נאר דא אויף היידפארק?

 

דאונט ווארי, איך מיין סתם לקנתר.

ערנסט גערעדט, קיינער וויל נישט געבן א שטיקל רעפארט?

איה"נ רוב כלל ישראל איז דארט געווען, אבער ס'איז דאך דא ליידער אידן וואס האבן נישט געהאט די זכיה זיך משתתף צו זיין.



תוקן על ידי אומזיסט ב- 01/06/2010 07:05:12

יכול » 1/6/2010 06:46

איך קען נישט פאררעכטען די פריערדיגע תגובה, דא האט איר די לינק.

http://www.wpix.com/videobeta/4a3c1cb5-ec1a-4f5c-9f70-7a1fe513db65/News/RAW-VIDEO-Protests-Over-Ship-Raided-in-Israel

היראים » 1/6/2010 07:13

אימזינסט כ'וועל דיר זאגען דעם אמת כ'האף אז דאס וועט דיר לאזען גיין שלאפן ניטעמאל אויפן סיידוואק איז מען געשטאנען נאר בלויז אויפן בייק לעין קוק גיט אויפן קליפ אויב איז ביי די באלל קעגן די קדושי טאלעדא געווען 10000 מענטשן איז דא געווען נישט 45 טויזענט נאר 55 טויזענט

לא_לנו » 1/6/2010 16:33

היראים ווען האסטו בר מצוה?

קליין קעפיגער קינד וואס דו ביסט. 'שוטה' אויף דיר איז נישט דאס ווארט.

צום_ענין » 1/6/2010 20:08

זאג נאר ביסטו אפשר א שוואגער מיט נפל

ערענסטער » 2/6/2010 18:35

אומזינסט ס'קוקט טאקע אויס ווי די לייענסט די שמוץ בלאט דער איד. ס'קוקט אויס, אז פאר עפעס א סיבה מאכסטו דא נער'שע ליצנות
יעצט אזוי, מ'איז געשטאנען פון42 סטריט ביז 47  אין ביז דארטען זענען געווען די מייקס אין די בעריקעדס, אין ביז די פופציגסטע גאס זענען געווען די צענדליגע באסעס אין צענדליגע מענטשען האבען זיך געדרייט דארטען (די פערמיט איז געווען ארויסגענומען ביז נאך די פיפציגסטע גאס).
אויב און ראדני ביי נעילת החג אין די חלל פון די בית מדרש -וואס איז פערציג פיס צווישען די צוויי גאלעריען,-פיט אריין אריבער 1000 מענטשען, נא וויפיל אידען גייט אריין אויף זעקס זיבען מאנהעטען'ע בלאקס
נאר וואס איינס פלאס איינס איז א חלה דעקיל,

וואלןסח » 2/6/2010 19:01

א ענטפער אויף די קשיא (די אשכול איז פארשפארט)

http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2794494&forum_id=16386

זייער ריכטיג געפרעגט אבער שתי תשובות בדבר

1)       דא איז געווען 45 טויזענט אזוי ווי ס'איז געווען 150 טויזענט ווען רבינו הברך משה איז געווען אין א"י תשנ"ד, איינער פון די גבאים פון משכנות הרועים רבי האבן געזאגט אז אין א"י וואלט מען אויף אזא ציבור געשריבן 100 טויזענט. ביי א פרטעסט פאר 15 יאר צוריק ווען ס'איז געווען בערך צוויי גאסן ווייניגער אפגעשפארט, האט מען געזאגט אז ס'איז געווען 25 טויזענט. זאת ועוד, די אפיציעלע פאליצייאישע שאצונג אויף א גאס איז 10 טויזענט מענטשן (פרעג פארוואס אבער דאס איז במציאות)

2)       לו יהא אז די אלע אויבנדערמאנטע איז אירעלעווענט, איז פארשטענדליך אויב קענען מיר אנדרייען אז די וועלט פרעסע זאל שרייבן דעם נומער איז א געוואלדיגע פאטש פאר די ציונים ווואס פאררופן זיך די פארטרעטער פון די אידן (און פאר די זאליס וואס רופן זיך די פארטרעטער פון די שיטה און פון רבין ז"ל).

היראים » 2/6/2010 21:48

איך הער אז דער סאטמאר וומ''ס רב שליט''א האט געהאלטען א געוואלדיגע דרשה
קען עס איינער שאפען?

(דער משכנות הרועים רבי שליט''א האט זיך שטארק באדאנקט פאר אים נאך די דרשה, זאגענדיג א שאד מיינע קינדער אין א''י - וועלכע לאזען זיך ארעסטירן פאר כבוד שמים האבען עס נישט געהערט, )


תוקן על ידי היראים ב- 02/06/2010 21:55:29

לא_לנו » 2/6/2010 21:53

אזוי געוואלדיג אז דער משכנות הרועים רבי האט זיך באדאנקט פאר אים?

ער האט זיך טאקע באדאנקט? איך בין געווען זיכער אז ער וועט אים נישט באדאנקן.

אויך אנדערע גדולי ישראל האבן אלע ווי איינער זיך באדאנקט פאר אים. א געוואלדיגע דרשה געווען.

רבי_יונה » 2/6/2010 22:33

 

[בילד – נישט אפגעהיט]

לא_לנו » 2/6/2010 22:38

ווער געדענקט ווי רבי יונה האט געשימפט דעם העדה?


היראים » 2/6/2010 22:57

לא_לנו כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער געדענקט ווי רבי יונה האט געשימפט דעם העדה?




http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2711012&forum_id=16386

שלמהווייס » 3/6/2010 01:56

וואלן
דו ווילסט מיר זאגן אז די פאליציי זענען אזוי משוגע
און אויף א פלאץ ווי עס גייען אריין -איבערגעשאצט- 2.000 זאגן זיי 10.000

היראים » 3/6/2010 18:38

שלמה
לאז מיך דיך טאקע פרעגן
וויאזוי האט געקענט אריינגיין אין מאריאט באלל רום 'ענקער געשאצטע' 10000 ווען די בעה''ב פין די זאל שרייבען אויף זייער וועבסייט אז דארט קען אריינגיין ביז 1800 בענקלעך פאר א גרויסע קאנפרענץ

ערענסטער » 3/6/2010 18:39

איינער ווייסט וואס די ציל מיט די זאלי ניקס איז. מיטען שרייען אז ס'איז געווען אונטער שווערע צענדליגע טויזענטער אידען באטייליגט ביים מעכטיגען מאסען פראטעסט פארופען דורעך רבנים הגאונים שליט"א ובראשם אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א
זיי סאנדען שוין א ביסעל צי בעבי'ש אין נער'יש, אין קריכען שוין אביסעל אויפען נערווען פון א יעדע נארמאלע מענטש

ראוז_פלאזא » 3/6/2010 19:08

רבותי! אויב ווילט איר וויסן וואס פארא אויסערגעווענליכע סוקסעס די פראטעסט איז געעוען דאן מישט אויף דעם איד פון דעם וואך און ליינט ווי אומגלויבליך נעריש און שטארק בעביש די יוד לייגט אראפ דעם פראטעסט. און דאן וועט איר מיר זאגן ווער עס איז געווארן פארשעמט אין די וועלט

FiveBoro » 3/6/2010 23:38

לא_לנו » 4/6/2010 01:14

ראוז_פלאזא כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רבותי! אויב ווילט איר וויסן וואס פארא אויסערגעווענליכע סוקסעס די פראטעסט איז געעוען דאן מישט אויף דעם איד פון דעם וואך און ליינט ווי אומגלויבליך נעריש און שטארק בעביש די יוד לייגט אראפ דעם פראטעסט. און דאן וועט איר מיר זאגן ווער עס איז געווארן פארשעמט אין די וועלט

א אויסערגעווענליכע סוקסעס. חמישים אלף איש.

היראים » 7/6/2010 00:47

ר חיים יושע'ס באסעס ביי די פראטעסט
וואס איז פשט?
האט ער געלאזט גיין?

[בילד – נישט אפגעהיט]

וואלןסח » 6/7/2010 21:38

 

דא האט איר נטורי קרתא ביים היינטיגן פראטעסט אין וואשינגטאן

נו מה נשתנה?

http://www.mahnishmah.com/system/s/modules/admin/pages/show_page.cgi?p=14536



תוקן על ידי וואלןסח ב- 06/07/2010 21:40:05

פאלאק » 6/7/2010 21:57

פארוואס דארפסטי זיך אזוי פלאגען מיט פרעגען קשיות די קענסט פארדעם געלט זאגען הא לן והא להו אין גענדיקט... פאר די קינדערלעך דארפסטי נישט מער!! איי וואס וועט זיי  אויב די פאר נארמאלע מענטשען וואס זענען נאך געבליבען ביי ענק...וועלען זאגען סאיז דאך א חילוק צוישען די נטורי קרתא אין די אראבער פאר די פראבלעם קענסטי דיך פארלאזען אויף די בלאט ער וועט זיי שוין אויפקלערען...

תוקן על ידי פאלאק ב- 06/07/2010 21:59:35