היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ארונים: נאך א חתונה אין בני יואל מיט רשות!!

ארונים: נאך א חתונה אין בני יואל מיט רשות!!

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2794072

סעננדר » 1/6/2010 03:30

 חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!! תושבי קרית אטעמט אפ און האפן צום אייבירשטען אז זיי זאלן ווייטער מאכן אזעלעכע ספין'ס ביי יעדע חתונה און אונז לאזן מנוחה






תוקן על ידי המהדרין ב- 01/06/2010 21:01:15

המהדרין » 1/6/2010 04:37

נאך די געלונגענע סידור קידושין דורך הרב ר' שמוא' דוד שליט"א בשליחות  המרא דאתרא של כל בני הגולה והגלילות. איז שוין גארנישט קיין פראבלעם מיט די חתונות אין די בני יואל קהלה.

פשוט כפשוטו. דער קרוב מצד החתן גייט אריבער בחשאי צום קרית יואל'ער רעבין און מעלדט עהם איין אז ער קען עהם מאכן פאר א שליח און אזוי ראטעווען גאנצע דורות פון ח"ו נכשל ווערן מיט די ערגסטע מכשולות. און דע רבי שליט"א ברוב צדקתו מאכט עהם תיכף פאר ש שליח לקידושין און הכל יבא על מקומו בשלום.

האט זיך אבער געמאכט א פראבלעם אז היינט נאכמיטאג האבן די מחותנים געזוכט דעם רעבי'ן און נישט געטראפן אינדערהיים. און דעריבער האבן זיי א גרויסע פראבלעם.
זיי ווילן עם געבן די כבוד לפנים משורת הדין חאטש זיי האלטן נישט אז ער איז גערעכט. זיי האלטן נישט אז ער איז דע רבי פון כל אפסטעיט ניו יארק, נאר פון זיין קהלה בקרית יואל. נאר לפנים משורת הדין וועלן זיי עהם געבן די כבוד המדומה אז ער וואלט ראוי געוועהן צו זיין אויך דער מרא דאתרא מכל הגלילות מסביבות קרית יואל. און זיי ווילן עהם מכבד זיין מיט דעם זעלבן כיבוד וואס ר' חיים לייב סאקס האט עהם מכבד געוועהן. דהיינו ער זאל שיקן א שליח לקדש דעם קרוב מצד החתן צו זיין מסדר קדושין ע"י שליחות. נאר יעצט איז דער רבי נישט אינדערהיים. ער איז אין מאנהעטן ביים איזראעלישן קאנסול מוחה זיין אקעגן דעם ראש הכופרים וואס איז נישט דאהי מחמת סיבה, זיין שווער דעם חבר האגודה מיט די גאנצע פארטיי. אזוי אויך מוחה זיין אקעגן די קאנסול וואס איז פארשפארט, ובעיקר אקעגן די התאחדות הרבנים וואס ווילן נישט איינערקענען אז ער איז רבן של כל בני הגולה.

בלית ברירה וועלן די מחותנים מכבד זיין מיט סידור קידושין א רב וואס איז נישט אין מאנהעטען.


 
קרעדיט: צבי הירש

בראווער1 » 1/6/2010 04:45

ברעיקינג!!!
 
די צוויי מחותנים פאלאקאוויטש-שווארץ האבן מכבד געווען ר' אהרן מיט סידור קידושין און ר' אהרן האט מכבד געווען ר' שמשון שווארץ זאל זיין דער שליח במקומו...!
 
און אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז די 3 מחותנים וואס האבן חתונה געמאכט אין די בני יואל זאל האבן געפרעגט פון ר' אהרן רשות למפרע אויף די סידור קידושין, און ער האט זיי עס געגעבן. א סוף צו די פסולי קידושין!!!

סעננדר » 1/6/2010 17:29

א מחותן וואס דארף חתונה מאכן נעקסטע וואך אין פאראדייס איז אריין צו ר' אהרן אזוי ווי ער הערט אז מ'געט לעצטענס רשות זיך אליינס צו קלויבן א רב פאר סידור קידושין וויל ער דא בעטן רשות פונעם רבין,

מ'האט אים געענפערט אז נאר אין די בני יואלע זאל געט מען רשות...

סדערמאנט זיך די מעשה ווען א מלמד האט געסטראשעט אין חדר אז היינט גייט מען אהיים 5 מינוט שפעטער, דערווייל דערזעט זיך די רבי אז אלע קינדער זענען שוין ארויסגעלאפן פון חדר, געט ער א שריי אויס, קינדער מ'מעג שוין גיין...

קאמענטארן זאל זיך יעדער אליינס זאגן....

אמיגא » 1/6/2010 17:52

אוי ארויניםלעך. איר זענט צוקער-זיס.. כ'מיין אז כ'טשעינזש מיך אריין צו אייך אין פארטיי אריין.
איר קענט איינפאך נישט האבן קיין דורכפאל. איר זענט פלאפ-פרוף.

לאמיך אייך איין זאך אויסקלארן, און איך וויל דאס נישט דארפן איבערזאגן:

אזוי שטארק ווי איר גלייכט, שעצט און ליבט הגה"ק ראט, אזוי שטארק טוען מיר אים האסן. איך וויל נישט אריינגיין אין די פאקטארן וואס האבן דאס צוגעברענגט, אבער דאס איז דער פאקט.

איבעראל זענען מיר געווען גענצליך אפגעטיילט פון אים ב"ה, און נישט געדארפט בכלל זיך אנשטויסן אין זיין פרצוף אויף קיין שום אופן. אונזערע קינדערלעך ווערן נתחנך אן אים; מיר ברויכן זיי נישט אנטון קיין ווייסע העמדלעך ווען ער קומט אין כיידער; און נישטאמאל ווייסן זיי וויאזוי ער קוקט אויס.

איין פראבלעם וואס איז פארט געבליבן און - איך בין מודה - איז געווען א ביין אין האלז צום ערליכן ציבור, איז געווען "סידור קידושין". נעמליך, ביי יעדע חתונה אין קרית יואל, האבן מיר - אומווילנדיג - זיך געמוזט באגעגענען מיט אים, און געמוזט הערן ווי א מענטש וואס איז ביי אונז - די מחותנים און אלע מסובים - אזוי פארפיינטעט, באקומט דעם שענסטן כיבוד ביי די אייגענע קינדער'ס חתונה.

מיט דעם נייעם פראכטפולן זאל איז דאס אלעס געקומען צו אן ענדע! מער ברויכן מיר דעם צער נישט דורכגיין. קומט דער חכם און גיט נאך פאר מ'בעט רשות פאר יעדן מן דהוא, פעטער, שוואגער, זיידע און באבע, "ווי ריעלי דאנט קעיר". אויב זאל ער געבן רשות אין זיין זאל אויך, פארמאכן מיר דעם נייעם זאל היינט!

איך פארשטיי אייער סטראטעגיע, אבער כ'מוז אייך זאגן: ס'נאריש!
מיט אזעלכע חכמים ווי גערעכטער און דיןתורה וואלט איר געמעגט אויפקומען מיט עפעס בעסערס...

סעננדר » 2/6/2010 03:58

מזל טוב מקודשת!!! סידור קידושין ע.י. הגה"צ אב"ד טשאטה שליט"א!!
דער קעפל איז גענוג כ'האב נישט וואס צוצולייגן....


שמחת פורים ושמחת תמיד

בראווער1 » 2/6/2010 04:21

אוי!!! וויאזוי בארוהיגט מען די שעפסען יעצט? די בני יואל מחוצפים שפילן ווייטער פאליטיק ביום חופת בניהם!!!
 
איי אייי! עס איז א נחת צו טרעפן א אהרוני יעצט!

כלהנערים » 2/6/2010 05:07

ווער ס'פארט יעצט דורך יענקי שטיימענץ'ס אפיס זעט א בהלה ס'איז ליכטיג דארט ווי אינמיטן טאג ארבעטערס לויפן אריין און ארויס מיט באקסעס

לכאורה גייט דע נאכט פאלן א שווערע שניי אויף די קרית יואלע גאסן... אזאנס וואס מ'האט שוין לאנג נישט געזען..

לא_לנו » 2/6/2010 05:26

א שניי? א מבול!


לאפלאש » 2/6/2010 05:54

SatmarText: FACT: Mechiten BNSchwartz called Rabbiny 2 SKiddishen, Rebbe made Shliach Zaida R'Shimshon! MY Tennbaum was MK"d. All Anash left right away!
 
דאכט זיך אז קאמענטארן זענען גענצליך איבריג...
 
מ'שטיינס געזאגט אז די מחותנים פון היינט נאכט זענען ממש צושאקעלט אז די 35 טויזענט אהרונים וואס זענען געווען ביי די חתונה היינט נאכט האבן אפגעטראגן ווי נאר מ'האט אויסגערופן דעם מסדר קידושין. נעבעך!

moishe12 » 2/6/2010 06:13

ווייסט איינער ווער זענען די אזוי געריפענע ארוינים וואס האבען געוואקט פין זאל
 אפשר די שווארטץ'לעך
אדער די פאלקאוויטש
 ווער זענען די ארוינים וואס זענען בכלל דארטען געווען קען איינער ענטפערין

zibala » 2/6/2010 08:30

ממש א נחת צוזעהן וויאזוי ברוך נחום האט געשפיעלט מיט די ילדים, שוין טעג וואס מפייערט זיג, יעדער ברעכט זיך פאר זיי טערראר ארביייט, בנ"י קען פארמאכן דעם זאל וכו' יונה האט עס אנעלעזירט אז די בני יואל שוינען זייער קינדער די פסק פונעם פוסק הדורות שאקלט וועלטן, ראט איז מכבד ר' שמשון שווארץ נישטא ווער זאל לאכן

אריינוואנדערונג אינעם ארוינישן קינדערגארטן פארום ווער איך גאר געוואר אז די טעראריסטן זענען גאר די בני יואל'ס', דאס האבן זיי פאר א דבר פשוט (אויף די מינוט פארשטייט זיך) אז:
א) ברוך נחום האט גאר קיין ליצנות נישט געמאכט
ב)אז דער אבי הכלה איז מכבד מיט סידו"ק
ג) אז הצ' ר' שמשון שווארטץ וועט זיין א שליח פון א מיצר לישראל
ד) ס'האט "געהייסן" אז רש"ש גייט זיין מסדר

איי וועסטאך פרעגן אז ס'נישט געווען אזוי למעשה, איז דא צוויי אפשענס אויב קען מען פארציילן פאר די קעלבער אז סיז ליגענט דהיינו "ער איז יא געווען" הרי טוב, אויב נישט ווייל אפאר קעלבער האבן זיך באטייליגט לכבוד דעם שליחות, דעמאלטס איז דא א בעסערע תירוץ - טעראר - איר הערט גוט, בני יואל האט טערארזירט די מחותנים אז זיי מוזען טוישן מסדר קידושין, און בי סופרייזד זיי קענען בעסער ווי די מייק טראקס
... דא לאכט מען

kj1234 » 2/6/2010 16:38

אבי גערעדט דא זעט מען אז דער פוסל הדורות ר' געציל פעראל דיין אין ק"י האט יא א כח אז אפי' די בני יואל'ס מיט די זאליס טיען זיך אן א העלמעט ווייל דער האט געהייסן
דעס איז פין די נעכטיגע חתונה אין עטרת מאיר צבי

[בילד – נישט אפגעהיט]

באקימען אויף אימעל די נאכט

גערעכטער1 » 2/6/2010 16:40

פארפאלן, איך בין מודה, א גיט שטיקל, איך בין געווען ביי די חתונה, זייענדיג א נאנטע משפחה, אבער ווי נאר מען האט אויסגערופן מאיר יודל צו סידור קידושין האבן מיר זיך אויפגעהויבן און אהיים געגאנגען, בערך א 12 ביז 15 מענטשן זענען אהיים געגאנגען ווען איך בין אהיים, עפ''י רוב די קרית יואל'ער וואס זענען נדארט געווען פרי, און היבש מענטשן וואס זענען געווען אינטערוועיגענס זענען בכלל נישט אריין נאר האבן זיך אויסגעדרייט און אהיים געגאנגען נאכן הערן הערן אז הכזונה יעשו את אחותינו, ונבלה נעשת בישראל, ,

איך האב נאכנישט מברר געווען פונקטליך וואס דא איז געווען צו ס'איז לכתחילה אזוי געווען געפלאנט, צו מען האט געפרעשערט דעם מחותן, אדער צו שמשון שווארץ האט דאס איבערגעגעבן בתמימות, איך ווייס נאכנישט, איין זאך ווייס איך אז דער מחותן האט מיר געזאגט קלאר אז מען האט מכבד געווען ''מיין'' רבי מיט סידור קידושין און אז ער האט מכבד געווען שמשון שווארץ, ווי און פארוואס ר' מאיר יודל האט מסדר קידושין געווען ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער, אז אפגעטון האבן זיי בעיקר נאר די געסט פון די שטאט וואס האבן זיך געשלעפט א קיימא לן פון דריי שעה פאר גארנישט, למעשה איז עס נישט ממש פאר גארנישט, זיי האבן מקדש השם געווען און געוויזן אז דער פסק פונעם הייליגן דברי יואל איז קיימא וקאי, וזאת התורה לא תהא מוחלפת, וכשם שנוטלין שכר על... כך נוטלין שכר על הפרישה.


תוקן על ידי המהדרין ב- 02/06/2010 16:57:57

אמיגא » 2/6/2010 17:49

גערעכטער, דיינע ווארימע רייד זענען ווי באלזאם צו מיין נשמה...

אזא פרייליכע נאכט ווי נעכטן האב איך שוין לאנג נישט געהאט... און איצט מאכסטו מיר מיין טאג אויך.

איך ווייס נישט ווער ס'געווען דער ארכיטעקט פון דעם געלונגענעם שטיקל, אבער ווער ס'געווען זאל וויסן אז ס'געווען אזאנס און אזעלכעס!

איך האלט אז בעת ווען דער מחותן האט דיר געזאגט אז ער האט מכבד געווען "דיין רבי", האסטו אים אויך געדארפט ווארענען חד משמעית אז אין קעיס ער האלט נישט איין זיין פארשפרעכונג, דעמאלט וועסטו טאן דעם דראמאטישן שריט און פארלאזן דעם זאל..

לויט ווי איך הער איז אין די רגע וואס דו האסט פארלאזט דעם זאל אנטשטאנען א טרויער; מ'האט פארלאשן די מוזיק און צוריקגעטראגן די פלייש אין קיך, און דער עולם האט זיך געזעצט קלאגן אויף דער ערד.

וואס זאל איך דיר זאגן? אקס איינער!

פריש » 2/6/2010 17:59

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וכשם שנוטלין שכר על... כך נוטלין שכר על הפרישה.




לכבוד ידידי התלמוד חכם תלמידו של אותו תלמוד חכם... דרישה ספעלט מען ד-ר-י-ש-ה. סתם זאלס וויסן פאר נעקסטע מאל

גערעכטער1 » 2/6/2010 18:31

אמיגא כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
גערעכטער, דיינע ווארימע רייד זענען ווי באלזאם צו מיין נשמה...

אזא פרייליכע נאכט ווי נעכטן האב איך שוין לאנג נישט געהאט... און איצט מאכסטו מיר מיין טאג אויך.

איך ווייס נישט ווער ס'געווען דער ארכיטעקט פון דעם געלונגענעם שטיקל, אבער ווער ס'געווען זאל וויסן אז ס'געווען אזאנס און אזעלכעס!

איך האלט אז בעת ווען דער מחותן האט דיר געזאגט אז ער האט מכבד געווען "דיין רבי", האסטו אים אויך געדארפט ווארענען חד משמעית אז אין קעיס ער האלט נישט איין זיין פארשפרעכונג, דעמאלט וועסטו טאן דעם דראמאטישן שריט און פארלאזן דעם זאל..

לויט ווי איך הער איז אין די רגע וואס דו האסט פארלאזט דעם זאל אנטשטאנען א טרויער; מ'האט פארלאשן די מוזיק און צוריקגעטראגן די פלייש אין קיך, און דער עולם האט זיך געזעצט קלאגן אויף דער ערד.

וואס זאל איך דיר זאגן? אקס איינער! 


די בני המן מיינען אז מיר זענען אומפארגינער, מיר פארגינען אייך אזעלעכע שמחות מיטן גאנצן הארץ, עס איז נאר א יושר אז כאטש איימאל אין 10 יאר זאלט איר האבן א שטיקל שמחה, איר קענט נאך חלילה אויסגיין פאר טרויער און אפשר אפילו תשובה טון און ווערן אהרונים (חס מלהזכיר)...  נאך אזוי ביטערלעך פליען פונעם קרעטשמע, נאך אזויפיל קענסעלעישאנס אין ענקער נייעם פגום האל, נאך אזויפיל רבנים ודיינים וואס זאגן זיך אפ פון דארט מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא, אז דער טשאדער, שארמאשער און גז''ל שפילן א געים וואן פאר מי וואן פאר יא, איך הער אז דער שארמאשער שטייט שוין אין די ליין, און גז''ל גלייך נאך עם, על כל פנים, אבי מען זאגט אז איר פארלירט כסדר, דא האט איר א מעכטיגן געווינס, א געווינס וואס האט אפגעהילעכט מסוף העולם עד סופו, א כפרה מיט די קרעטשמע, א כפרה די געדינסטע צוויבל, א כפרה מיטן בית החיים, א כפרה מיט די מיליונען דאלאר פונעם סקול דיסטריקט, א כפרה מיטן מעיארשאפט, אבי מען האט געווינען אז דער שטאדעלע באדעלע האט מסדר קידושין געווען, וויאזוי ענדיגסטו? וואס זאל איך דיר זאגן? אקס איינער!    אפפס, האסט פארגעסן אז דו האסט געווינען? וואס ביסטו אזוי אין כעס? וואס שרייסטו אזוי הויעך אקס איינער, קענסט נישטו פלעין בניחותא "אקס איינער", וואס פעלט אויס די קולות?, מיר הערן זייער גיט אפילו ווען דו רעדסט נארמאל, נעבעך נעבעך, אז דאס מאכט אייך שוין העפי, זענט איר אין דיפ טראבל...

כלהנערים » 2/6/2010 18:41

לאז שוין ארויס די געדינסטע צוויבל ווייל איך האלט עס מער נישט אויס

גערעכטער1 » 2/6/2010 18:42

איך גלייב דיר בנאמנות!!!

אמיגא » 2/6/2010 18:49

אוי אוי, אשר יגורנו בא. 

ווידערמאל האבן זיינע שוואכע נערוון געפלאצט.

איך בעט דיך בארואיג דיך אביסל, כאפ א דרימל, און ווען דו שפירסט זיך שוין ביכולת, פרוביר נאכאמאל איבערצושרייבן דיין פאראגראף אין א נארמאלן סדר, ווייל דער קאפ שווינדלט מיר פון דעם.

עצה טובה: טראכט קודם וואס דו ווילסט זאגן, און נאכדעם שרייב.
דאנקע שיין
אמיגא

לאפלאש » 2/6/2010 18:55

די אהרונים לערנען יעצט פעסט די סוגי' פון שליח עושה שליח או אין שליח עושה שליח, ר' אהרן גייט געבן וואונדערבארע שיעורים אין דעם סוגי' און לויט דעם וועט מען וויסן צו די קידושין פון נעכטן נאכט איז פסול אבער נישט...

לאפלאש » 2/6/2010 18:55

די אהרונים לערנען יעצט פעסט די סוגי' פון שליח עושה שליח או אין שליח עושה שליח, ר' אהרן גייט געבן וואונדערבארע שיעורים אין דעם סוגי' און לויט דעם וועט מען וויסן צו די קידושין פון נעכטן נאכט איז פסול אבער נישט...

גערעכטער1 » 2/6/2010 19:04

[בילד – נישט אפגעהיט]

zibala » 3/6/2010 18:08

גערעכטער, איך בין אין שאק אז די ביזט געגאנגען צו א זאל וואס דער בעל מנחת יצחק ובית דינו מיטן בעל ב"מ האבן געאסר'ט, קוק אין שפיגעל ס'קען גאר זיין אז ביסט קרעציג געווארן.

דער_אקס » 3/6/2010 18:14

הייסטו אפשר אויף די לעצטע נאמען ל' מר' גרעכטער ווייל איך בין דארט געווען ביי די הייליגע חופה אין נאר דער ל' איז נעבעך אוועק געגנגען ווי א אבל אז די שרייבסט אז די בוסט אוועק געגנגן איז עס מיר אינטערסאנט אז די בוסט דער ל' ווייל דעס אז די זאלסט זאגן ליגענט דעס פאלט מיר נישט איין

גערעכטער1 » 3/6/2010 21:53

ניין איך הייס נישט ל' און נאכאמאל, צעווישן 12 און 15 מענטשן (וואס איז מער ווי דער גז''ל האט ביי זיינע טישן א געווענדליכן שבת...)  וואס זענען שוין דארט געווען האבן זיך ספאנטאן אויפגעהויבן און אוועק געגאנגען, און צעווישן 3- און 40 מענטשן וואס זענען געווען אנטערוועגענס זענען בכלל נישט געגאנגען, והדברים ידועים ביי די נאנטע משפחה, מען האט א פונקטליכן חשבון,  

דער_אקס » 3/6/2010 23:16

איך בין דראט געווען אין 2 ל' די טאטע מיט די זין זענען אוועק געגנגען ווען מהאט אויסגעריפן טשאטה רב שליט"א דע וואס זענען געווען איטערוועגענס הער איך פין נאנטע משפחה איז געווען בערך 150-250 מענטשן וואס האבן זיך אויס געדרייט אין נישט געקימען והדברים ידועים ליודעי דבר

מיר איז נאר אינטעראסאנט ווער די בוסט די זין אדער מ' ל' אליין

גערעכטער1 » 3/6/2010 23:36

איך האב דיר שוין געשריבן אז איך בין נישט טאטי ל' און נישט דער זון ל' אלזא, מאך א חשבון אז איך בין נישט ל' קען איך זיין אדער א' אדער ב',ג'ד'ה'ו'ז'ח'ט'י'כ'מ'נ'ס'ע'פ'צ'ק'ר'ש' אדער ת', זעסט, פון דעם מיין איך איז זייער גרינג אויסצוגעפינען ווער איך בין, ווייל ווער די ביסט איז כמעט אומעגליך צו דערגיין, ווייל דארט איז געווען לויטער אקס'ן, [בילד – נישט אפגעהיט],

על כל פנים, ווי געשריבן, אריבער א מנין אידן האבן ספאנטאן אפגעפיצט פון דארט, די בזיונות זענען געווען געוואלדיג, און די בני המן האבן געזען און זיך איבערגעצייגט אז די בני אהרן מיינען דאס אמת'דיג, און עטליכע וואס האבן שעפעקאלירט דארט חתונה מאכן האבן שוין געלאזט וויסן אז עס קומט נישט אין באטראכט,

zibala » 4/6/2010 01:32

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ניין איך הייס נישט ל' און נאכאמאל, צעווישן 12 און 15 מענטשן ... האבן זיך ספאנטאן אויפגעהויבן און אוועק געגאנגען, און צעווישן 3- און 40 מענטשן וואס זענען געווען אנטערוועגענס זענען בכלל נישט געגאנגען, והדברים ידועים ביי די נאנטע משפחה, מען האט א פונקטליכן חשבון,  


גאנץ א גוטע הערכה, צווישן 3 און 40? איז וואלט געזאגט צווישן 1 און 115,000 מאך עס מער דראמאטיש

און וועגן די בזיונות וועל איך דיך אויפקלערן א סוד: א בני יואל האט נישט קיין גרעסערן בזיון ווי דעם אז זיין קרוב איז א חלה דעקל, גוט האסטע געטוהן אז האסטעך אפגעטראגן מיט דע אלע טויזענטער וואס האבן געמאכט א איליגעל יו-טוירן אויפן טראוועי, האסט פארשפארט בזיונות פאר די מחותנים

אגוטןטאג » 4/6/2010 03:00

איך מוז ענק פארציילן א גוטע מעשה.
ס'איז דא א חשוב'ער איד פון בני יואל, וואס האט א שוואגער א אהרוני עקסטרעמיסט, ווען בני יואל האט זיך געעפנט האט ער אים אפגעטאן אויף "טערקיש" און אויפגעהערט צו גיין צו זיינע שמחות.
אזוי האט עס אנגעהאלטן ביז תשנ"ט זומער, ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז געווארן רב אין וויליאמסבורג.
דעמאלט איז ער צוגעקומען צום בני יואל שוואגער, און איינגעמאלדן אז די סיבה פארוואס ער איז ביז יעצט נישט געקומען איז געווען ווייל "משה גבאי" האט אים געהעצט... און מהיום והלאה איז טעראריזם געענדיגט, נישטא אזא זאך אז וועגן פאליטיק גייט מען נישט צו א געשוויסטערס חתונה.
איבעריגע צו זאגן איז יעצט האט ער שוין איינגעמאלדן פאר'ן שוואגער אז ער גייט נישט קומען צו זיין קינדס חתונה, וואס וועט פארקומען בשטומ"צ אין עטרת מאיר צבי!

דער בני יואל שוואגער פארשטייט אים, און באפרייט אים פון קומען צו די שמחה, אבער ער האט אים געפרעגט בדרך צחות, "צו ער האט שוין שלום געמאכט מיט "משה גבאי"?

zibala » 4/6/2010 05:13

דער גערעכטער מיט אלע זיינע קאלעגן ספינערס אויף היידפארק אינדעם פארום כאפן זיך נישט אז דע אלע רומאר'ס אין קלאנגען וואס ווערט ברייט געדעקט אינע שכינותדיגן קינדערגארטן פארום איז שווער צופארקויפן פאר די ציוויליזירטע וועלט,
לאמיר אביסל אנאלעזירן די גאנצע רשות סידור קידושין היפנאסיעס,
 די נייעס ווערט "געבראכן" ווען יונה אדער זיינע אנדער שמות הנרדפים מעלדט אז ער האט "געהערט" אז דער אבי הכלה האט געלאדענט דעם שומר הברית אלץ סידור קידושין,
מער ווי דעם פעלט נישט אויס יעדער קלעימד וויקאטארי, בני יואל קען פארשפארען דער זאהל ס'יז דערנאך, טאמער איינער האט ספיקות אין די מעשה איז א לוזער, מקלאפט זיך אין בויך,
די מעשה אבער האט נישט געהאט אזא העפי ענדינג ווי לעצטע מאהל ווייל דאסמאהל האט יונה געמיינט אז ר"ש שווארטץ גייט זיין מסד"ק (לעצטע מאהל האבן זיי געוויסט אז סאקס גייט זיין) סא האט זיך די מעשה ג'ענדיקט  אז מוועט מאכען אן אסיפה צו אריינשרייבן אין פנקס,
לאמיר לאזן דערווייל די גאוני ארץ דן זיין איבער דעם ענין, יונה וועט שוין ברעכן די נייעס, דערווייל לאמיר זיך אריינלייגןען אין די שטעק-שיך פון א חלה דעקל,
א חלה דעקל האט נישט קיין פראבלעם, נישט צופארשטיין אז אויב די מחותנים ווילן אזוי שטארק דעם שומר הברית'ן רשות פארוואס מאכן נישט חתונה אין א זאהל וואזיי שטייען נישט אויס קיין "טעראר" פון בני יואל, א שטייגער אולם עקשטיין, פערעדייס, מאנסי? פארוואס האט ער געבאקט א חתונה און א זאהל וואס איז געבויעט מיט תקנה אז דער שומר הברית ושליחיו קענען נישט זיין מסדר קידושין, הא?
די מחותנים פון ביידע חתונות וואס יונה פרובירט יעצט צו היפאנטעזירן אז זיי האבן געפרעגט רשות, האבן שוין חתונה געמאכט מערערע קינדער בליע"ה, זיי האבן עס ספעציעל אוועקגעטראגן מיילן ווייט פון קר"י, אבי זיי זאלן נישט דארפון אנערקענען אינעם שוה"ב אלס רב אין קר"י, יעצט וויל יונה אז מיר דארפן גלייבן אז פלוצים האבן זיי באשלאסן צו פרעגן רשות דוקא אינעם חצופדיגן זאל. אבער ווי געזאגט ווי מעג מען פרעגן שאלות אויף יונה

שפעטער קלערט מען אויף די טישטוכער אז סוכ"ס דער בעל מגן ושריון שליט"א (וואס - נישט פארגעסן - דע רעבע זעכראוינע ליווראאכע האט געשטעלט - אמונה טפילה לשיטתם) ער האט באוויזן צו ברעכן די מחותנים, איר הערט גוט??? ווייל בטבע האבן זיי אלעמאהל זיך געבויגן צו זיין פסק, א שטייגער דער איסור אויף בני יואל, היתר אויפן פאבליק סקול, קאטשקעס, העלמעט ועוד.
די ענדינג איז נאככמער אינטערעסאנט - די מחותן האט נישט געקענט ביישטיין די טעראר פון בני יואל במילא האט ער געלאזט די נארוינים קטנ'ען אינמיטען די חופה און עובר געווען אויפן דיין וואס דערעבע זעכראונע וגומר... קאמענטארן זענען איבעריג
דער ספין איז נאכנישט פיניש, גערעכטער טוט פראקלעמירן אזפאקטיש זענען די דעקלעך די געווינערס, ווייל סיז געווען געפערליכע בושות... הערט וואס, אז די היפאנטעזירטע טישטיכער האבן זיך אויפגעוועקט צום ריאלעטעט שטייעדיגערהייט אינמיטן א חופה ארומגענומען מיט עכטע מענטשן, און האבן געמוזט זיך אפגאפלען מיט די שטריימעלעך אין די שאפפינג בעגס, צום שמייכל פון די פארזאמעלטע, זיי פארשטייען גאר אז, בושות - איז געווען פאר די הונדערטער פרייליכע צושויער פון א היפענאסיס שאו,
גערעכטער - דיין פעטער\קאזין\שוואגער וואס האט חתונה געמאכט (איך ווייס נישט ווי אלט די ביזט, צווישן 15 - און 70, א סאך מאהל שרייבסטע זאכען וואס די געדענקסט פון רויזעלעס פרשה 60 יאר צוריק, אסאך מאהל שרייבסטע ווי א דריי יעריגס) בקיצור דיין בנ"י קרוב האט זיך אינגאנצן נישט גערעכנט מיט "בזיונות" פון דיר, ווען ער האט אריין געשטעלט זיינע קינדער אין בנ"י ווען האסטעם דעליווערט טעגליך שטיינער מיט אייער, און נישט ווען ביסט נישט געגאנגען צו זיינע קינדערס חתונות די לעצטע צוואנציג יאר, און אויך נישט אז די  האסט זיך ארויסגעשלייכט פונעם חופה. ווי ערווענט ס'איז איהם א גרויס כבוד, (פישער יבוא יומך מ'וועט דיך בלעמען אויף דעם, וואטש אוט)
קיינער שרייט נישט הויעך "אקס איינער" מען זאגט עס בניחותא מיט א רחמנותדיגע שמייכל,
 נעבעך וואן פאר מי וואן פאר יא, ווי די זאגסט -  איז אין פערעדייס, וואס 30 יאר האט אדער דער שוה"ב אדער דער מגן ושריון געקענט מסד"ק זיין, מחותנים פלעגן זיך בעטן אז מען זאל לאזן א זיידן א קרוב, א שטייגער רק ד"מ מייזעלס האט זך געבעטן אז זיין ברודער ר נתן יוסף זאל מעגן זיין מסד"ק דער ענטפער איז געווען נעגעטיוו, ב"ה סיז דא היינט א זאל "אין" קרית יואל, (נישט גלילות נאר טאקע לשיטתכם אין שטעטל) וואס פראקלאמירט הויעך מיר איינערקענען נישט די אטאריטעט פונעם שומר הברית און נישט פון זיין גב' סשא, און נישט פון זיינע פעיראלל באמטע, דא דיקטירט די תורה און א יעדער רב נישט דוקא שאדעלע באדעלע -  קען זיין מסדר קידושין, אפילו מער ווי איינמאהל, סויפאר איז כמעט ביי יעדע חתונה געווען אן אנדער מסדר, אבער מען לייגט נישט קיין געוויכט אז ס'מיז זיין לשם הפארטיי יעדער מאהל אן אנדערער, מען געבט די טשאוס פארן מחותן, ער פלעגט נעמען דעם רב אין מאנסי ביז היינט מיז ער נישט נעמען א צווייטן יעצט ווייל זיין קרוב גערעכטער גייט זאגן טשאדעלע באדעלע, וואן פאר מי וכו'
אקס איינער - מיט א שמייכל :-)


תוקן על ידי zibala ב- 04/06/2010 05:31:09

אייזנער » 4/6/2010 05:58

גוט ארויסגעברענגט.

צום פונקט.

איין ביטע:
שרייב אפטער.

יישר כח

YESWECAN3 » 4/6/2010 06:03

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ניין איך הייס נישט ל' און נאכאמאל, צעווישן 12 און 15 מענטשן (וואס איז מער ווי דער גז''ל האט ביי זיינע טישן א געווענדליכן שבת...)  וואס זענען שוין דארט געווען האבן זיך ספאנטאן אויפגעהויבן און אוועק געגאנגען, און צעווישן 3- און 40 מענטשן וואס זענען געווען אנטערוועגענס זענען בכלל נישט געגאנגען, והדברים ידועים ביי די נאנטע משפחה, מען האט א פונקטליכן חשבון,  

טא מעק א לאנג סטארי שארט...זאג נאר שעפעלע! אז איינער האט פאר די לעצטע 20 יאר דוקא יא געוואלט האבען א פסול קידושין.. אין דוקא יא געוואלט אריין אין דעם פינקס הקהילה... האט ער געהאט א פלאץ אין קרית יואל ווי צי מאכען די חתונה אדער ער האט געדארפט פאקען פעק אין פארן קיין מאנסי?
די ביסט א ריכטיגער חלה דעקעל די וועסט רעדען פין אלעס ארום אין ארום...נאר נישט פין דעם גרויסען טאג וואס קאמניזם איז צישמעטערט געווארען אין מאנרא...
 

moishe12 » 4/6/2010 07:48

היינט ווער איך געוואר פרישע נייעס
אז אלישע האראוויטץ האט אנגעריפען ברוך נחום שווארטץ אין געטרייט צי איבער רעדין אז ער זאל ריפען רא"ט פאר סידור קידושין אין ער זאגט עם צי אז רא"ט וועט נישט אנקימען אהין אין ממילא וועט ער קענען נעמען וועם ער וויל אין זיי וועלין נישט דארפען ווארפען קיין פאשקעווילען אין די גאסען
זאגט אים ברוך נחום הער אויס איך בין מסכים מיט איין קאנדישען
אז מיט דעם אלעמען לייגט ער אים אריין אין די פינקס
אוי האט דער אלישע אראפגעהאקט דעם טעלעפאן


ב.
 אזוי ווי מען איז געוואר געווארען ווער דער פאשקעווילען ווארפער איז
ער קימט פין בארא פארק ער דרייווט א אדעסי מיני ווען אין ער טיט מיט די תלמידים זאכען וואס עס טאר נישט געטין ווערין זיין נאמען איז
י שווארטץ בעט מען יעדעם ווער עס קען מזכה זיין דעם עולם מיט א פיינעם בילד ווי אזוי ער זיצט אסאך מאל אין די אינטערנעט קאפפעי אין בארא פארק זאל דאס טין
אין דעם ינגערמאן וואלט איך געוואלט בעטען אז ער זאל אהיים גיין צי זיין ווייב אין צווי קינדער אין זיך נישט דרייען מיט קיין יונגערע בחורים מער
פאר מען וועט עם כאפען בשעת מעשה אין דעמאלטס וועט זיין זייער ביטער

zibala » 4/6/2010 08:22

ס'איז געוואלדיג צו זעהן ווי פייוו בארא מיט יונה קענען זיך נישט פאראייניגן ווען פונקטליך די טעראר האט זיך אנגעהויבן אויף ברוך נחום, איינער זאגט אינמיטען קבלות פנים און איינער זאגט פאר דעם נאך, איך האף ס'וועט נישט אויסברעכן א וועלט מלחמה, ווייל ביידע האבן געהערט פון "גאר גאר" קראנטע סארסעס (סי'ז דא א ליעק אין בנ"י באהערדע)
לכאורה וועלן דע איינצעלע געסקעדשעלטע בנ"י חתונה יעצט קענסלען צו פארמיידען די טעראר, זיי וועלן ענדערש באאקען אין אולם עקשטיין וואו מען לאזט א יעדע זיידע בחפץ לב זיין מסד"ק,

פון די קראנטע מקורתוואס  יונה האט געהאט אנפאנג סעזאן, האט בנ"י נאר פיר חתונות ביז ר"ה, מיסטאמע וועלן די אנדערע צוויי יעצט קענסלען
ווידער א געווינס


תוקן על ידי zibala ב- 04/06/2010 08:24:16

דער_אקס » 4/6/2010 15:52

מר' גרעכטער ני"ו ווער בוסטו ר'מענדל לעווי אדער זיין זין ?
ווייל נאר דע 2 חלה דעקליך זענען אוועק גענגען ווען מהאט אויסגעריפן הגה"צ טשאטה רב שליט"א
חוץ אפשר בוסטו פין דע 350 גאר נאנטע משפחה וואס האבן זיך אויסגעדרייט אינמיטן וועג?

zibala » 4/6/2010 18:48

די ווייסט נישט? גערעכטער איז א  "גאר גאר" נאנטער קרוב פון ביידע זייטן, די מחותנים פארטרויען איהם זאכען וואס זיי אליין'ס ווייסן נישט אז עס האט פאסירט,
מ'האט איהם געקענט זעהן ביי די חופה מורא'דיג פארשוויצט פירענדיג א מולטי קאנפרענץ קאלל מיט צוויישן 3 - 40 נאנטע משפחה קרובים וואס האבן זיך צוריקגעדרייט אינמיטן וועג,
בדרך אגב -
אז ממאכט דעם חשבון קומט אויס אז דער מיטלפונקט פון 3 - 40 איז 22 מענטשן וואס איז אינגאנצן 11 פארפעלקער בערך 5 פארפעלקער פער מחותן וואס איז בערך איין ראש משפחה מיט פיר חתונה געהאטע שווענטץ, גאנץ א קליינע קראץ, א בנ"י קען נאך דערהייבן אזא "פראסק".
-
די באטדעם ליין ווער ס'וויל וויסן דעם סוד ווער ער איז, העל יעך מגלה זיין דעם סוד, ער איז א טעקסי דרייווער וואס האט אראפגעדראפט א פעסענדשער אין האט זיך "גלייך" אפגעטראגן פון דארט אין גלייכצייטיג האט ער  געשפירט א גוט געפיהל אז יעדער מיינט אז ער אנטלויפט.. אויסגעשפיעלט גאנץ טערקיי... , און אזוי האבן געטוהן בערך אלע אנדערע דרייווערס (צווישן דריי - פערציג אין צאהל), חוץ א פאר וואס זענען אריינגעקומען אפגעבן מז"ט... ער ווייסט עכטע אינסייד אינפא פון יונה וואס האט אויך זייער גוטע באציאונגען מיט די קרעציגע וואס רעדן זיך נעבעך אויס זייער צער פאר איהם, זיי האבן אין איהם געטראפן א אוזן קושבת



תוקן על ידי zibala ב- 04/06/2010 18:51:06