תוקן על ידי יואלי808 ב- 31/05/2010 06:26:20
קול קורא פאר די ארונישע פראטעסט
א נחת צו קוקן אויף אזא קול קורא
ווער האט געגלייבט אז אין יאר תש"ע וועט ר' אהרן זיך מוזן פרייען מיט א קול קורא פון נאך רבנים מיט פיל קלענערע קהילות---חסדי ה' כי לא תמנו, אז פון א וועלטס פירער איז געווארן א אויסגעשפילטער רבי וואס שעמט זיך אפילו ארויפצילייגען דאס אייגענע נאמען אויף א זיינס א קול קורא אויסגעמישט פון באצאלטע דיינים און נאך רבנים וואס ער פלעגט אלע יארן אנקוקן מיט פאראכטונג און איצט מיז ער ציקומען צו זייער חתימה צו האבן א שטיקל קול קורא וואס ווערט ניטאמאל דערמאנט א כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א-------הודו לה כי טוב
מ'בעט דעם גאנצן עולם צו אויפרייסן מיט א אומגעהויערע אויפברויז אויף דער מעכטיגע באמבע וואס האט געלאנדעט אויף אונז, לויט ווי די ארונים ערווארטען פון אונז (הולך לבג"ץ אין דער בעקעריי פורום האט אנגעווארענט זיינע מענטשען אז מען זאל ח"ו נישט ארויפלייגען דער קול קורא היינט, נאר לאזן ביז מארגען זיך אויפצירייסן מיט א עקספלאזיע אז די זאליס זאלן זיך נישט קענען צי זיך קומען פונעם שאק..... {ווי איך זעה יעצט האט ער עס שוין באוויזען אפצימעקן...})
תוקן על ידי יואלי808 ב- 31/05/2010 06:12:02
תוקן על ידי יואלי808 ב- 31/05/2010 06:16:40
עס קומט זיך באמת קרעדיט פאר ר' אהרנ'ן, ער'ט באוויזן א זאך וואס דער רבי ז"ל האט נישט געקענט: ברענגען באיאן צו א פראטעסט...
(אין בנ"י געט מען זיך אין אזא מצב א פארקנייטש די נאז, און מיט די האנט אינעם ברייטן גארטל גיט מען א קרעכץ: אה, (מיטן רבי'נס נוסח) לא לחינם הלך וכו').
אטאקיר דיין פריינט, ווי איידער דיין שונא. קיינער וועט נישט גלייבען אז די האסט אטאקירט דיין פריינט, מען וועט ענדערש גלייבען ווען די אטאקירסט דיין שונא.
כבר הי' לעולמים
תוקן על ידי קל_וחומר ב- 31/05/2010 22:12:58
|
היפאקריטן
זיי וועלן ענדערש עסען טרייפענע פלייש, מיטן א''ג הכשר פון א יוד, וואס טרעט נישט אריין און בוטשער מיום כפורים זה, ביי כפרות שלאגן, עד יום הכפורים הבעל''ט, וואו איידער צו עסען א געהעריג שטיקל כשר פלייש,
זיי וועלן גיין און ציוניסטישען בג''ץ, וואס לייגט זיך ניטאמאל אוין שכל אז איינער וואס ריפט זיך סאטמאר, זאל אפאציעל קלאגן א צווייטען יוד און בג''ץ הציוני רח''ל,
ווייטער שרייבט ער: און איר דארפט פארשטיין, אז א מלחמה גייט א מאל גוט פאר איין צד, און א צווייטע מאל גוט פאר די אנדערע צד, איצט גייט גוט פאר די צד הקדושה, א אנדערע חכם שרייבט: מי יתן והיה, עז זאל שוין זיי תחית המתים, און רבינו הקוה''ט זי''ע וועט קקען די זאליבאנצעס און די אויגן, און זיי פארהאלטען אויף די אלע רשעות און רציחה, און הבערת הדת, וואס זיי האבן געטאן און זיין הייליג נאמען, או, או, וועט רבינו הקוה''ט זי''ע און זיי אריין פראקען, מיר זאלן עס נאר דערלעבן צו דערזען, אמן ואמן! ------יענקעלע11 שרייבט:
ויקהל משה, נאספים על פי דיבורו, אלפים ורבבות אידן זענען זיך צוזאם געקומען, פארוואס זענען זיי געקומען?,
נאספים על פי דיבורו, פונעם איתפשטותי דמשה בכל דרא ודרא, דער משה רבינו פון אינזער דור, האט
געהייסן מען זאל קומען, און כלל ישראל זענען געקומען צו לויפן, אשרינו מה טוה חלקינו, ומה נעים גורלינו. די ביטערע קללות, די שרעקליכע שנאה, און אזוי אויך די זינלאזע רימערייען עכ"כ אז ער שרייבט שוין אויף רא"ט דער משה רבינו פון אונזער דור, זאגט אונז עפעס, און דער עפעס שמעקט ווי דורעכפאל
תוקן על ידי יואלי808 ב- 01/06/2010 05:04:19