אילו פינו מלא שירה כים, האב מיר נישט גענוג ווערטער צו לויבן און דאנקן דעם הייליגן באשעפער, ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים, אונז האב מיר די זכיה צו זיין פון די יהדות החרדית הצרופה שלא כרעו לבעל הציוני, אויף דעם דרך וואס האט אונז געלערנט אונזער הייליגער רבי זי"ע אין זיין הייליגן ספר ויואל משה, אבער מיט דעם אליין זענען מיר נאך נישט קיין בן יחיד, ווייל ב"ה עס זענען דא היינט שווערע טויזענטער אידן וואס אנערקענען נישט אינעם בעל הציוני, וואס מיר געבן אבער א באזונדערע שבח והודאה פארן אייבערשטן בימינו אלה, אז וחיי עולם נטע בתוכינו, ווי דער חתם סופר זאגט אין די דרשות שבה"ג, אז דאס מיינט מען די צדיקי הדור.
*
איר וועט מיר אנטשולדיגן א מינוט, אבער שרייבנדיג די שורות, האבן מיר נאכאמאל נאכגעקוקט דעם חתם סופר כדי צו קענען צייכענען א פונקטליכע מראה מקום, און אט שיינט פאר אונזערע אויגן, אז דער חתם סופר רעדט טאקע צו אונז תלמידי וחסידי סאטמאר.
כאפט א בליק אריין אין די דרשות שבה"ג (דף רמג) "הנה אף שנתן לנו הקב"ה תורת אמת, עם כל זה היו בכל הדורות מגלי פנים בתורה שלא כהלכה, אשר סלפו דברי אלהים חיים באמרם שזהו דרך התורה, אך צדיקי וחכמי הדורות הם הורו לבני ישראל את דעת התורה האמיתית, ולזה אנו אומרים ברוך אלהינו שבראנו לכבודו ונתן לנו תורת אמת, אמנם זה לבד לא יספיק לשמור על גחלת ישראל שלא תכבה, אלא וחיי עולם נטע בתוכינו המה הצדיקים אשר הדריכו את ישראל בדרך הישרה".
מיר וועלן זיך ערלויבן צו זאגן, אדער בעסער צו טרענסלעטן די הייליגע ווערטער פון חתם סופר על דורינו אלה.
"אף שנתן לנו תורת אמת", אונזער הייליגע רבי ז"ל האט אונז איבערגעלאזט א שולחן ערוך פארן דור עיקבתא דמשיחא זיך צו קענען ספראווען מיט נסיונות, "עם כל זה היו מגלי פנים בתורה שלא כהלכה, אשר סלפו דברי אלהים חיים באמרם שזהו דרך התורה", מתחלה איז דער גאנג געווען צו שטעלן יעדע מין רשעות און אייגענע באקוועמליכקייט אונטערן נאמען פון רבין ז"ל, און אין די לעצטע צען יאר האט זיך עס דערהויבן צו נאך א שטאפל, אז זאכן וואס זענען קלאר געהערט געווארן מפי קדשו אדער געשריבן געווארן בכתב יד קדשו פון רבין, זענען מותר געווארן, וואס מותר געווארן? ס'איז גאר א מצוה!, בא הסמכות עליונה פארטיי והעמידן על אחת, די גאנצע תורה האט עקספייערט (ח"ו), ס'איז געבליבן איין מצוה, טון דאס פארקערטע פון מיין שונא.
דער רבי ז"ל איז געווען דער סימבאל פאר פשרה'לאזע אידישקייט אין אמעריקא, דער רבי האט געמאכט א מהפיכה, און מוסיף געווען חומרות על חומרות גדרים וסייגים לדורו ולדורות הבאים, אבער די אינטערעסען זענען פארקערט, נוצט מען דעם נאמען פון רבין פאר די גרעסטע קולות, בדיעבד'יגע ווייץ, בדיעבד'יגע פלייש ועוד ועוד.
אז די אינטערעסן זענען אנדערש, רייסט מען צעטלעך וועגן פראטעסטן קעגן חיטוטי שכבי, כאטש זיי א שב ואל תעשה, קיינער צוויינגט דיר נישט צו גיין, ניין, אבער יענער זאל אויך נישט גיין.
אטו כי רוכלי נחשוב וניזל, מיר האבן נישט אזא גוטן זכרון צו געדענקן אלעס, מיר וועלן אבער אנכאפן איין נקודה פון תורה שבע"פ וואס דער רבי האט געזאגט ברבים, און איין נקודה פון תורה שבכתב, ועל הכלל כולו יצא.
תורה שבע"פ, איז דאס ענין פון בחורים גייען צו חתונות פון חברים, דאס געדענקן מיר פשוט אויפן מאמענט, ווייל ס'איז די וואך געווען די יארצייט פון הרה"ג ר' זעליג שפילמאן ז"ל וואס דאן האט מען מחזק געווען די תקנה. (נישט אז ביז דעמאלטס איז עס געווען אפיציעל מותר, נאר ביז דעמאלטס איז געווען שווער צו פארסירן די תקנה, וכש"כ האט מען נישט געזאגט א דרשה פאר בחורים אז בחורים דארפן זיך אויסלופטערן אויף חתונות).
תורה שבכתב, איז דאס הליכה לערכאות הציוני. דא איז נישט די רעדע צו די רבי האט יא געהאלטן פון טראגן מיט א עירוב צו נישט, ס'איז נישט די רעדע צו די רבי האט געלאזט דאווענען מנחה וקבלת שבת פארן זמן הדלקת הנרות פון ערב שבת פאר וועם ס'איז שווער אין די זומער שבתים, ווי אויך איז נישט די רעדע צו מען האט געזינגען זמירות און געזאגט תורה מיטל נאכט יו"ט, אדער "לא אמרו זמירות וד"ת כלל וכלל" כמבואר בזמירות דברי יואל. דא איז די רעדע פון א יסוד מוסד פון די גאנצע שיטה פון רבין ז"ל, וואס פאר די שיטה האט מען שוין שופך דם געווען פאר רבינו הק' בעל ברך משה ז"ל אז ער איז משנה, פארוואס? ווייל ער זינגט נישט דעם רבינ'ס לכה דודי, ווייל ער האט געטוישט די ניגון פון "היה עם פיפיות" צו א ניגון וואס קומט פון עצי חיים (פרעגט אייך נאך ביי אידן וואס געדענקן יענע יארן), און היינט ווען די זעלבע טוען/זענען מחזק פעולות וואס זענען קלאר בניגוד שיטת רבינו והתורה הק', איז שא שטיל.
און לאמיר נישט פארגעסן די נושא פון סידור קידושין, דער רבי האט געשריבן א קלארע דעת תורה בשעתו, וזאת התורה לא תהא מוחלפת, די דעת פון רבין אין דעם נושא איז קלארער ווי די דע"ת פון רבין וועגן די עירוב, ולא יהא ספיקו כודאו?, ביים עירוב קערט מען איבער א שטאט, און וואס איז דא?, עכ"פ למען הספק זאל עס זיין בשב ואל תעשה, אבער חלילה, ס'איז דאך דא א מצוה, איין גרויסע מצוה, באגראבן מיין שונא, און פארדעם איז אלעס מותר, איך וועל באגראבן די אייגענע קינדער, אבי איך וועל מיר איינרעדן אז איך האב יענעם אפגעטון.
*
אנטשולדיגט מיר, אבער דאס גאנצע ביז אהער איז נאר געווען אגב גררא, נישט פאר דעם ציל האבן מיר גענומען די פעדער אין די האנט.
מיר קומען צוריק צו דעם וואס מיר האבן אנגעהויבן, "מיר געבן אבער א באזונדערע שבח והודאה פארן אייבערשטן בימינו אלה, אז וחיי עולם נטע בתוכינו, ווי דער חתם סופר זאגט אין די דרשות שבה"ג, אז דאס מיינט מען די צדיקי הדור".
ס'איז נישט קיין סוד, אז די לעצטע צען יאר איז קהלתינו הק' דורך גאר א שווערע תקופה, ס'איז געווען צייטן וואס האט אויסגעקוקט אז ס'איז ח"ו כלו כל הקיצין, ב"ה אז מיר קענען עס היינט דערציילן אין פריידן, אוודאי איז האויב תמו אבער חרבות לנצח, אבער ב"ה די קהלה האט זיך רעארגאנאזירט, און מען פרובירט ווייטער צו פירן די קהלה בדרכו של המייסד רבינו הק' זי"ע.
וואס אונזער חיזוק איז געווען די לעצטע צען יאר, און ווי אזוי מיר זענען דורך די אלע שווערע צייטן, איז נישט דא דאס פלאץ ארויסצוברענגן, אבער א גרויס חלק איז געווען אז מיר האבן גענוצט דעם זעלבן חיזוק מיטל וואס רבינו שליט"א האט פאר זיך אליין גענוצט אלע יארן.
רבינו שליט"א איז שוין א טארגעט פאר די רשעים נישט פון היינט, און נישט פון נעכטן, מיר ווייסן נישט אויב מיר וועלן מגזם זיין ווען מיר וועלן זאגן אז מען וועט כמעט נישט טרעפן אין די היסטאריע א מנהיג ישראל וואס האט געליטן רדיפות און אזא לאנגע תקופה פון יארן, פון די זעלבע גרופע מענטשן, פארשריבענע היסטאריע איז זייט זיין בר מצוה, וואס דער שבת פאר די בר מצוה איז פאר א "סיבה" דער רבי נישט געקומען דאווענען אין סיגעטער ביהמ"ד, און רבינו שליט"א האט אמאל דערציילנדיג די מעשה ביי א שמועס האט ער זיך אויסגעדרוקט "איך האב דעמאלט געזען דער טאטע האט געוויינט", אבער אויף דעם קען מען נאך זאגן, אז דאס איז געווען זכות אבות, ס'האט נישט געמיינט רבינו שליט"א פערזענליך.
אבער פון יאר תשכ"ו און ווייטער איז דאך שוין יא געווען א זכות עצמו, און מאז ועד היום 44 יאר, וגם דמ"ו הנה נדרש, דורך די זעלבע קליקע וואס פארופן זיך אלס תלמידי רבינו.
חסדי ה' כי לא תמנו, עד הנה עזרוני רחמיך, דער באשעפער האט געגעבן כח פארן רבין עד היום, און ער זאל ווייטער אים געבן כח, אבער ב"ה ער איז אלעס אריבער, וואס האט אים געהאלטן?
רבינו הק' הברך משה זי"ע האט עס אמאל געזאגט ברבים, ווען ס'איז געווען גאר א שווערע תקופה, מען האט גערופן רבינו שליט"א אין קארט בחודש ניסן שנת תש"ן, האט דער ברך משה שפעטער געזאגט ביי א דרשה, איך האב אנגערופן מיין זון, און איך האב אים געפרעגט וואס ס'טוט זיך, זאגט ער מיר אז ער האט יעצט מחדש געווען נאך א תירוץ אויף די סוגיא וואס מען לערנט יעצט אויף שבת הגדול. האט דער רבי געזאגט, איך בין געשטאנען און געשטוינט ווי האט ער דעם קאפ יעצט צו לערנען, ווען ער דארף שטיין פאר א ריכטער.
צוריק צו אונז תלמידיו וחסידיו, וואס האט אונז געשטארקט די לעצטע צען יאר, נאך א תורה פון רבין, נאך א דרשת חיזוק, אידן האבן א חיות מיטצוהאלטן א טיש א מסיבה מיטן רבין, מען הערט יסודות'דיגע מוסר והדרכה, ווען דער רבי וויינט כל נדרי ביינאכט ביים איבערבעטן די תורה, און זאגט מיר האבן נישט געלערנט גענוג, איז עס די גרעסטע מוסר והדרכה פאר אונז, דער רבי האט ב"ה מחזק געווען דאס לימוד התורה, מיר אלע זענען זיך מחזק מיט א בלאט גמרא, ואין לנו שיור רק התורה הזאת.
גולה אחר גולה גלתה יהודה כולה, מען האט אונז פארטריבן פון אונזער ביהמ"ד פון אונזערע מוסדות, פון אלעם, מיר זענען געבליבן נקי מכל, מען האט געדארפט אנהייבן אלעס פון דאסניי, ממש ווי אונזערע עלטערן נאכן ביטערן חורבן אייראפע, מען האט זיך געוואלגערט פון איין טענט צום צווייטן, האט דאס פארטריבן פון אונז איין מענטש?, ניין, פארוואס?, ווייל נישט דער בנין און נישט די סיינס אדער לעקטערלעך האבן געברענגט די מענטש, נאר רבינו שליט"א דער מנהיג העדה.
די גמרא זאגט אין תענית, ארץ אשר אבניה ברזל, אל תיקרי אבני' אלא בוני', נישט די שטיינער האלטן אונז, נישט די בנינים מאכן אונז פאר עפעס, אלא בוני', אלו תלמידי חכמים שמחדדין זא"ז, מיר האבן ב"ה א רבין וואס מיט זיין כח התורה האלט ער אונז.
יעצט לאמיר איבערדרייען די מטבע אויף די צווייטע זייט, ס'איז דורך א יום טוב שבועות, אין יענע צד האט פלוצלינג טועם געווען דעם טעם ווען מען קען נישט זיין אויף א פלאץ וואס (מען האלט אז עס) איז זייער אייגנטום.
ווי אזוי האט אויסגעקוקט דער יום טוב דארט?
איך ווייס נישט אויב ס'איז דא דער שרייבער וואס קען באשרייבן זייער יום טוב, אבער איין בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער, און מיר מיינען נישט די בילד פון היי יאר אין ראדני, ניין!, מיר מיינען דער בילד פון פאר א יאר (צו פריער) וואס מען האט געלייגט דאס יאר במקום דעם בילד פון היי יעריגע נעילת החג, דאס רעדט מער ווי טויזנט ווערטער.
מיר האבן די זכיה געהאט ב"ה צו הערן דברי אלקים חיים דעם גאנצן יו"ט שבועות, און ווער ס'האט נישט געקענט אנקומען אויף יו"ט איז זיך מחיה מיט די געדרוקטע דברי תורה וואס מען האט געדרוקט נאך יו"ט, פארוואס פרעגן נישט יענע חסידים למה נגרע?, מיר האבן נישט געקענט פשוט אריינגיין אין די ראדני שול מחמת אפס מקום, מיר ווילן אבער זען כאטש איין תורה אפגעדרוקט פון אונזער רבין, וואס האט ער פארלאנגט פון זיין סטאדע אין אזא הייליגן יום טוב?
ואיננו....
מען האט געקענט פון אונז צונעמען בנינים, אבער מיר זענען געבליבן מיט עפעס, מיט אונזער רבין
אז מען האט דארט צוגענומען איין בנין, איז מען געבליבן מיט...... א פאריעריג בילד
נעבעך.....
אזא פנים טראגט מען, ווען גשם איז דער עיקר!, אז דאס גאנצע חסידות איז געבויט אויף עץ ואבן, מען האט בנינים, קוקט מען אזוי אויס.
ועל הכל אנחנו מודים לך, אויף דעם לויבן מיר און דאנקן דעם הייליגן באשעפער, והבדילנו מן התועים, אוי זענען זיי תועים, דאס גרעסטע רחמנות אויף זיי וועט זיין ווען זיי וועלן זיך דערוועקן פון זייער טיפן שנאה-שלאף און זען ווי זיי האבן חרוב געמאכט זייער חינוך און זייערע דורות, אבער וחיי עולם נטע בתוכינו, מיר האבן אונזער הייליגן רבין זאל זיין געזונט, וואס איז משריש בתוכינו א חיי עולם.
זאל דער אייבערשטער אים געבן געזונט און כח.
ולסיום, יבואו הם ויעידו על עצמם, קוקט וואס א זאלי אליין שרייבט
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2791815&whichpage=1&forum_id=16386
אט ליינט וואס ער שרייבט: הונדערט פראצענט גערעכט. אפשר וועלן די זאליס דאס נישט וועלן מודה זיין פאר דיר, אבער צווישן זיך איז זיכער דאס דער פאקט. און אגב האב איך שוין לאנג זיך געוואונדערט פונקטליך מיט וועם די אהרונים פירן א מערכה. אויב מיט די זאלי קא., האט עטס נישט צופיל בארירט דעם כלל הזאלי'ס. און אויב רייסט עטס אראפ מיך און אנדערע זאליס, איז עס נישט דורך דערציילן ווי אויסגעשפילט די העדקוואדערס זענען. זעלבסט פארשטענדליך אז די אנאליז איז נישט גערעכט, און איך בין מוחה אויפן בזיון ת"ח. איך רעד נאר פון די פאקטן אויף וואס דער אנאליז איז געבויט. און נאך איין זאך, איך שעם מיך נישט דערמיט, אדרבה זו היא תפארתינו. (פארקערט, איך זאג אלס פאר די געציילטע קטני מח צווישן אונז, אז זיי זענען נאך סאך ערגער פון דעם אהרוני. דער אהרוני, איז זיך כאטש מצמצם פאר א רבי'ן וואס פארקויפט עפעס, משא"כ הכא. ודו"ק.) קאמענטארן זענען איבריג