ס'איז אינטערסאנט צי וויסען אויב די טאטעס פון די קווינסע חיות האבען געוויסט אז זייערע בחורים דרייען זיך אויף די גאסען א גאנצע נאכט.
וואס האבען די דריי הונדערט בחורים געטון א גאנצען טאג נאכדעם, נאכן אויף זיין א גאנצע נאכט. אין וואס זאגען זייערע מאמעס?
ווי איז די אחריות פון די מנהלים ווער איז מנהל דארטען, אין א ישיבה וואס די בחורים זיצען אויפען סיידוואק צווייע דרייע- פינעף'ע אזייגער פארטאגס, אין שרייען נאך אומשילדיגע פארבייגייער'ס, מיט מיאוס'ע געמיינע לאזינגען ה"י מענטשען זענען אהיים געקומען פון שמחה'ס זענען געווען געשטוינט, וואס זיי זען, זיי האבען געמוזט אדורעך לויפען די סטודענטן פון די קווינס. ציטערנדיג פון מכות אין פלינדרייען פון די בויעס, מענטשען האבען זיך געמיזט אנכאפען שטריימעל בעקיטשע בערזלעך ס'זאל נישט פארשווינדען ווערן, ס'האט געמיזט אריינקומען גרויסע פליצייאישע כוחות מאכען ענדליך ארדעניג מיט די קווינסע בויעס אין זיי אהיים שיקען מיט קראפט.
חסדי ה' כי לא תמנו, אז זייערע פלענער זענען געווארען אינגאנצען צונישט, אין סאטמער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט א מסירות נפש אין העלדישקייט ארויסהענגעדיג פלאקאטען אנטקעגין די ציוניסטישע מדינה אין זייערע גזירות רעות, אויף די וויליאמסבורג'ע גאסען, אין ס'איז נישט געלינגען פאר די באלוואנען אין חיות די געמיינע טעראר, אין אויכעט האט נישט געהאלפאן אז זייער מעכטיגע טערעריסט יאסל פריעד וואס האט געדרייווט יושע העשיל בן משה פריעדמאנס קאר א גאנצע נאכט (איינער ווייסט אפשר פון ווי יאסעל פ. האט פארשאפט די שליסעל פין יושע העשיל'ס קאר) האט געזאגט אז ער וועט פירען די בחורים אין אויסלערנען טעראר.
דער י.פ. האט נעבעך געמוזט צום סוף אפציען מיט חרפות אין בושות אינדעפרי אויפגעבענדיג, זיך נישט קענענדיג אן עצה געבען מיט די העלדישע סאטמערע אינגעלייט, אין ער האט געמיזט איינזען אז אין וויליאמסבורג איז סאטמער בעל הבית אין נישט די נידערטרעכטיגע זאלי כת
ב"ה אז די פלאקאטען זענען געבליבען הענגען א גאנצע טאג, אין די מעכטיגע מאסען פראטעסט וואס איז פארופען געווארען דורעך אדמו"ר מ'סאטמר שליט"א והרבנים הגאונים שליט"א איז א דורעך מיט א געוועלדיגע סייעתא דשמיא ב"ה אין די אייבישטער זאל העלפען אז מ'זאל טאקע האבען אויפגעטון פאר כבוד שמים, אין די אייבישטער זאל העלפען אז אין די זכות פון די מחאה זאל די ביטערע גזירה פון ח"ש זאל בטל ווערען במהרה ציזאמען מיט די מדינה הטמאה אן קיין שאדען פאר קיין שום איד ח"ו.