ס'טוט וויי מודה צו זיין אבער פאקט בלייבט פאקט, עס איז נישט דא בעסער'ס פון וואלווי.
איך רעדט פון די זאלי בוטשער אין בארא פארק. די זאליס האבן אין זייער בוטשער
אין בארא פארק אויך א טעיק אוט. פלייש קויף איך טאקע אין אונזער בוטשער
יעדער ווייסט אז אונזער פלייש איז די מערסטע מהודר, איך גיי טאקע ווייניג אריין
אין בוטשער ווייל מיין ווייב באשטעלט אויפן טעלעפאן יעדע פאר וואכן איין גרויסע
ארדער און באצאלט אויפן טעלעפאן מיט א קארטל. צוליב די פאקט אז איך האב
אלע יארן געגעסן נאר סאטמארע פלייש און מיין טאטע האט שטארק אריינגעבאקן
אין אונז אז פלייש עסט מען נאר פון סאטמאר בין איך געצווינגן צו קויפן טעיק אוט פוד
ביי די זאליס. ביז לעצטנס איז די טעיק אוט געפארן אויף רעדער און עס זענען געווען
ווייניג פראדוקטן, יעצט האבן די זאליס אויפגענומען וואלווי'ן און ער פילט אן שעלווס פונם
שענסטן און בעסטן, זיין טשאלענט איז געוואלדיג. עס טוט וויי מודה צו זיין אבער פארפאלן
ווען וועלן זיך אונזערע עסקנים שטעלן אויף די פיס און צושטעלן א מהודר'דיגע טעיק אוט?!
פארוואס דארפן מיט זיין געצווינגן צו עסן זאלי פלייש און זיי שטיצן?!
זאל מיר נישט קומען א אויבער חכם אדער גאר א קליינע קאפ און זאגן אז OU איז בעסער
ווי זאלי פלייש, עס איז קיין ספק נישט אז רח"ד קעצל וויל נישט דווקא מכשיל זיין
עס איז זיכער אז ער פראבירט אלעס זאל זיין כשר, א מכשול? יא דאס קען זיך מאכן
ביי די שענסטע משפחות, עס האט זיך געמאכט ביי אונז אויך. טריפה זענען זייערע פליישן
זיכער נישט, פארשטייט זיך אויך נישט אזוי חשוב ווי אונזער'ס און אוודאי נישט מהודר.
וואס ברענגט מיר יעצט צו שרייבן? וועל איך אייך זאגן דעם אמת. די טשאלענט פון וואלווי
איז נישט אסאך בעסער ווי פונם פריערדיגער קעכער, נאר וואס יא? וואלווי שטעלט אהער גאלע
וואס קיינער קען נישט נאכמאכן. איך האב דאס איינמאל געגעסן ביי א קידוש, איך האב נישט
געוויסט אז עס איז זאלי'ס. איך האב געפרעגט דעם בעל שמחה וועמענס גאלע דאס איז
געווען האט ער מיר געזאגט אז דאס איז פון די זאלי בוטשער.
פאריגע וואך ווען איך בין אריין דאנערשטיג נאכט קויפן דעם טשאלענט
האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב געקויפט א פישקעלע גאלע.
ווען איך בין ארויס פון געשעפט האב איך זיך געגעבן א כאפ, רבוש"ע איך גיי
לייגן אויף מיין שבת טיש זאלי פלייש?! איך האב זיך נישט געוויסט ווי אהין צו טון
פון מיר אליינס, איך האב דעם פישקעלע גאלע אוועקגעלייגט אין ביהמ"ד אין
פרידשידאר אויף א באהאלטענען פלאץ, און פרייטאג האב איך אין אפיס
מסדר געווען דעם קאנטענער.
עסקנים ווי זענט איר?! פארוואס זאל אזא אינגערמאן ווי מיר דארפן אריבערגיין אזא
נסיון?! אמת אז איך האב נישט קיין נסיונות צו עסן OU פלייש, אבער די זאלי פלייש
ווייסן מיר אויך אז עס איז כשר. פארוואס זאל מען אונז נישט צושטעלן אלעס היימיש?
איך גיי היינט נאכאמאל קויפן א פישקעלע טשאלענט און איך גיי דערצו קויפן א גאלע. העלפט מיר! איך קען נישט אליינס ביישטיין! איך וויל באמת עסן נאר אונזער פלייש, איך בעט זיך גיבטס מיר די ברירה!
(רבי_יונה, איך בעט דיר ענטפער מיר נישט, איך בין נישט נייגעריג אין דיינע נבילה וטריפה שטותים)