היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רבינו שליט"א פארופט א מאסן פראטעסט!!!!

רבינו שליט"א פארופט א מאסן פראטעסט!!!!

85 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2792230
בלאט: 1 2

FiveBoro » 27/5/2010 06:33

אויף קול סאטמאר ווערט געמאלדן אז היינט איז געווען א זיצונג אין שטוב פון רבין מיט די ועד משמרת חומותיך ירושלים און די רבי האט באשלאסן צו רופן א מאסן פראטעסט, צוליב די אנגייענדע חפירות אין ארצינו הקדושה וועלכע נעמען נישט קיין ענדע!

היו נכונים!!!

מער פרטים ווייס איך נישט, ווער עס ווייסט זאל לאזן הערן.

מנחם_מענדל » 27/5/2010 20:53

יא, די עסקנים ארבעטן העפטיג אויף א ריזיגן מאסן פראטעסט בראשות רבינו שליט"א.

עס איז שוין דא גרויסע פלענער, מען ווארט יעצט אויף די פערמיט'ס.

משהלע » 27/5/2010 22:12

איך פארשטיי נישט, גייען די אהרונים מאכן א עקסטערע פראטעסט? פארוואס קענען זיי זיך נישט צוזאמען שטעלן מיט התאחדות הרבנים, דאס צוברעכט דאך דעם כח הציבור, וואס וועט שוין אויסמאכן די פאר הונדערט אהרונים וואס וועלן גיין צו זייער פראטעסט, זייטס מיר מסביר.

היראים » 27/5/2010 22:27

האסט א טעות משה'לע
מיר מאכען יא מיט התאחדות
די זאלי'ס טיילן זיך אפ
אין מאכען 3 טאג שפעטער

ס'נישט די ערשטע מאל וואס זיי טוען עס
ווייל זיי ווילן נישט קומען אינאיינעם פראטעסטירן - זיי האבען דירעקט געמאכט זייער אסיפה נעכטן אין ''ראדני'' אין א צייט וואס ''רוב סאטמאר האט געפייערט א שבע ברכות לכבוד די שמחה בבית כ''ק רבינו שליט''א'' - כדי צו זיין אפגעזינדעט

זיי ווילן נאר קומען אויב זיי פירן עס אין מ'גיבט זיי אלע דרשות וכו' חוץ די הוצאות


 



תוקן על ידי היראים ב- 27/05/2010 22:35:44

FiveBoro » 27/5/2010 22:34

משהלע מאכסט מיר שמייכלען... פרעג איבער דיין לעצטע שורה נאכאמאל...

און אז דו ווילסט וויסן, רבינו שליט"א האט אלעמאל געהאלטן ווי דו. ער האט בשו"א נישט געוואלט גיין עקסטער. אבער, די זאלי'ס האבן דאס געברענגט צו אן ענדע, איבערצייגנדיג אז ביי זיי גילט נישט דער כלל אז ביי כבוד שמים ברויך מען פארקוקן אויף אינטערעסן, און זיי האבן געבראכן אלע גדרים אז עס זאל קענען אנגיין צוזאמען.

דאס איז געווען ביי די לעצטע "מאסן פראטעסט" (כמיין צו זאגן די לעצטע מאל וואס די מאסן זענען דארט געווען..) אום חוה"מ, כגעדענק נישט די פונקטליכע דעיט, און אונזערע עסקנים האבן ארויסגעהאלפן צום פראטעסט, סיי מיט שאפן גרויסע געלטער, און סיי מיט מאכן א גרויסע פראפאגאנדע און אויפארבעטן אונזערע מאסן צו קומען צום פראטעסט. און דאס אלעס איז געווען מיט 2 פאראויס אפגעשמועסטע תנאים: 1 אז רבינו שליט"א זאל חלילה נישט נתבזה ווערן דארט, צווייטנס אז משה דוד נידערמאן און מנוול אלימלך שטערן זאלן נישט אויפטרעטן, כדי אונזער עולם זאל קענען האבן מיטגעפיהל צו ארבעטן צוזאמען. און די אפמאך איז געווען געשלאסן אויף הונדערט פראצענט.

ביז ווען מ'איז אנגעקומען צום פראטעסט, וואס דאן האבן זיי יעדן איבערצייגט דאס ערנסטקייט און באגלייבטקייט:

1, רבינו שליט"א איז ערנסט פיזיש אטאקירט געווארן דורך די קווינס בחורים, 2, משה דוד און דער מנוול האבן ביידע אויפגעטרעטן!!!

FiveBoro » 27/5/2010 22:41

[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 27/5/2010 22:46

פייוו בארא
דאס וואס די זאגסט
איז געווען ממש די לעצטע מיניט, ווייל אין פאקט האבען ביידע צדדים געארבעט דעמאלטס אינאיינעם
אין א חלק פין די פאר זאלי'ס וואס האבען מיט געארבעט האבען די לעצטע מיניט אריינגעשטעקט נידערמאן אין שטערן ביי די מייק
קעגן ווי אפגעשמיעסט
(וואס די זאגסט וועגן אטאקירן רבינו שליט''א, כ'געדענק נישט אזא זאך, ס'קען זיין אפאר שוטים האבען געשריגן)

סיי וויאזוי
בקהלם אל תחד כבודי
אז ס'איז שוין אזוי דארף מען אוודאי דאנקען הקב''ה
אז זיי קומען נישט אינאיינעם מיט יהודית החרדית הנאמנה מוחה צו זיין אויף די רשעים
ווען אין די זעלבע צייט זענען זיי אפען מכיר אין די חוקי ציונים אין זייער אפיקורסישע בית משפטי סדום

ויה''ר שיתקדש ש''ש על ידינו


תוקן על ידי היראים ב- 27/05/2010 22:48:45

גאסט » 27/5/2010 22:47

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 27/5/2010 22:47

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 27/5/2010 22:47

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 27/5/2010 22:48

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 27/5/2010 22:48

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 27/5/2010 22:48

[בילד – נישט אפגעהיט]

גאסט » 27/5/2010 22:49

[בילד – נישט אפגעהיט]

אדמיראל » 27/5/2010 22:54

היראים, פייוו בארא איז דווקא יא גערעכט.

רבינו שליט"א איז פיזיש אטאקירט געווארן און נישט נאר מיט קולות. אויפ'ן וועג ארויף צו זיין פלאץ אויפ'ן סטעידזש האט ער געכאפט בריקעס פון די קווינסער שקצים.

איך רעד שוין נישט פון דעם אז די חיות האבן געבראכן אן אפמאך און מיט דעם געשעדיגט די מערכה קעגן ציונות אויף אייביג.

משהלע » 27/5/2010 22:58

איך פארשטיי אז די אהרונים וועלן טענהן אז זיי זענען בארעכטיגט זיך אפצוטיילן און זיי וועלן אויפברענגען מערערע סיבות  און אפשר גאר ריכטיגע תירוצים, אבער נישט דאס איז מיין פראגע, די אהרונים זענען נישט מער ווי א האלבע סאטמארע חסידות, און התאחדות הרבנים באשטייט פון צענדליגע חסידות'ער, וואס קענען שוין די אהרונים צוזאמען שלעפן? האבן זיי דען עפעס א קאמיטמענט פון אנדערע קהילות?, אויב וועלן זיי האבן א 500 צו אפילו 1000 מענטשן וועט דאס דאך זיין א בלויזע ליצנות און א חוזק, און בו בזמן צובראכן דעם כח הרבים, איז נישט כדאי למען התועלת אוועק צוקיקן פון זייערע פרעסטיטש און זיך צוזאמען שטעלן מיטן רוב?.

FiveBoro » 27/5/2010 23:02

משהלע, דו ביסט פון פאקיסטאן? אדער פון וואו?

די ארונים האבן שוין סיי ווען צוזאמגעברענגט די מערסטע מאסן פון סיי וועלכע קהילה, חסידות, פראקציע אדער ארגאניזאציע.

און אויב מיינסטו אז "התאחדות" מיינט היינט עפעס מער ווי "זאליס", לעבסטו אויך אויף אן אנדערן קאנטינענט.

היראים » 27/5/2010 23:16

משל'ע
די ווייסט זייער גיט
אז התאחדות האט מיט ביידע פראטעסטן אייניג
נאר איינער דארף צוקמען צו די נאמען אין איינער קען ברענגן זיין עולם אן דעם אויך

למשל, נעכטן האבען די זאלי'ס געמאכט א אסיפה אין 'ראדני' אינטערן נמאען 'התאחדות'
קענסט מיר זאגען ווער פין די חברי ביד''ץ התאחדות אגעהבוין פינעם ראש בית דין זענען דארט געווען?
וויפיל פין די דיינים ומו''ץ?
מיינט עס אז התאחדות איז ציקריגט מיט זייערע דיינים? (אויב יא זענען מיר די דיינים)

אין זאג מיר ביטע וועלכע נאך חסידות וועט קומען היינט צו טאגס צו א פראטעסט חוץ סאטמאר
יא! ווען סאטמאר איז געווען בתקפו, איז געקומען רוב קהילות אפי' נישט פין התאחדות אבער היינט צו טאגס קענסטו דאנקען דעם בועט באביו וברבו פאר די חורבן

משהלע » 27/5/2010 23:16

איך מיין באמת אז דו לעבסט אין עולם הדמיון, ווי נישט ווי, איז דער התאחדות הרבנים א אלטע ארגעניזאציע מיט אפאר הונדערט חברים, און צענדליגע קהילות גדולות בישראל, און די אהרונים זענען בלויז איין (האלבע) פראקציע, ווי קענט איר זיך מדמה זיין צו התאחדות הרבנים, אן א קאמיטמענט פון אנדערע קהילות איז דאס נאר א געזינוטער דורעכפאל, און א גרם צו ציברעכן דעם כח הרבים, ווער וועט דארט רעדן?, ווייטער הרב צוויבל, און הרב לויב?, איר זעט נישט אז דאס איז א חוזק?.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 29/05/2010 01:22:27

היראים » 27/5/2010 23:23

איך ווייס אז ס'איז א אלטע ארגענעזאציע
זיי האבען אפי' א שטארקע הכשר ביזנעס

אבער ענטפר מיר
וואס האט די פראטעסט מיט התאחדות מער ווי די אנדערע?

וולעכע זעלבסשטענדיגע קהילה גייט קומען היינט צו טאגסט צו א פראטעסט חוץ סאטמאר?

ווער האט זיך אפגעטיילט ארונים צו זאלי'ס?

ווער האט זיך נישט געהאלטן צו אפגעשמיסטע פרינציפן?

וואס וואלסטו געזאגט אויב די ארונים וועלן אויך ניצן די לעטערהעד פין התאחדות?

משהלע » 27/5/2010 23:31

מען וועט מיך נאך באלד חושד זיין אז איך בין א זאלי, אבער אויב התאחדות הרבנים רופט א פראטעסט וועלן גיין רוב קהילות בישראל, סאטמאר זאלונים (סגן נשיא), פאפא, (סגן נשיא), ווין (סגן נשיא), קראסנע, כוונת הלב, תולדות אהרן, און סתם דער המון עם, און אויב די אהרונים רופן וועלן נאר גיין די אהרונים, דער פאקט איז אז קיינמאל גייען נישט מער ווי א 10 ביז 20 פראצענט פונעם עולם צו די פראטעסטן, אויב התאחדות הרבנים רופן וועלן קומען א 10-20 פראצענט פון 50,000 מענטשן, און אויב די אהרונים רופן וועלן קומען א 10-20 פראצענט פון 5000 (אסאך געזאגט) מענטשן, איז דאס נישט א חוזק? 

לעבעדיגער » 27/5/2010 23:31

משה'לע. זאג, די ביסט היינט אנגעקומען פון אוזבעקיסטאן קיין ניו יארק? וואזוי איז געווען די רייזע? לאנג. הא? כ'ווייס.

וויאזוי קענסטו שרייבן אזעלעכע ווערטער ווי ..."התאחדות הרבנים באשטייט פון צענדליגע חסידות'ער".... מיינסט צו זאגן אז צענדליגער חסידות ניצן זייער הכשר? אדער אז צענדליגער חסידות ניצן זייער הזמנות צו דיני תורה'ס?

איר זענט אפשר געגאגנען שלאפן פאר צען יאר צורק און יעצט אויפגעשטאנען אז איר שרייבט דאס?

און אגב. אפשר רעכנט איר מיר אויס טייל פון די צענליגער חסידות למינהן וואס וועלן זיך אי"ה משתתף זיין ביי זייער פראטעסט? חוץ רז"ל.

גרעסטע חוזק ארגענעזאציע צוליב געמיינע פאליטיק = התאחדות הרבנים.

היראים » 27/5/2010 23:41

משה'לע
די קייסט איבער נאכמאל אין נאכמאל
אין די ענטפסט נישט וואס מפרעגט דיך

וואס האט די פראטעסט מיט התאחדות מער ווי די אנדערע?

וולעכע זעלבסשטענדיגע קהילה גייט קומען היינט צו טאגסט צו א פראטעסט חוץ סאטמאר? ווייז מיר איין פאפא'נער אדער וויענער וכו' ביי א לעצטערע פראטעסט - ניטעמאל זייערע דיינים.

ווער האט זיך אפגעטיילט ארונים צו זאלי'ס?

ווער האט זיך נישט געהאלטן צו אפגעשמיסטע פרינציפן?

וואס וואלסטו געזאגט אויב די ארונים וועלן אויך ניצן די לעטערהעד פין התאחדות?


אין נאכמער וואס האט התאחדות מיט 'צענדליגע חסידות'ן'
ווער איז סגן נשיא?????? ווער איז זייער נשיא???? זיי האבען בכלל אמאל געהאט אזא מין געדאנק ווי סגן נשיא די לעצטע 30 יאר?



אין וואס וואלסטו געזאגט ווען

מ'מאכט מאכען אינאיינעם
אין די לעצטע מיניט וועלן מיר אריינשטופן אינזערע צייטונג שרייבער - אפי' מ'וועט אהאבען אנדערש אפגעשמיעסט - צום מייק
אין מיר שיקען אינזערע בחורים  שטויסן רז''ל ווען ער קומט אן?


תוקן על ידי היראים ב- 28/05/2010 00:03:28

משהלע » 28/5/2010 00:52

איר זעט? קיינער ענטפערט מיר נישט צו דער זאך, איך פרעג זייער פשוט, איז דען דא עפעס א טשענס פאר א הצלחה פון מאכן א אייגענעם פראטעסט?, און וואס איז דער חשבון פון גיין אליין?, הייבט מען אן צוריק צו שרייען אז די זאליס זענען שולדיג, און אז איך קים פון פאקיסטאן צו אוזבאקיסטאן, און אז קיינער עקזעסטירט נישט אויף דער וועלט נאר סאטמאר, וכו' וכו', קיינער איז נישט מסביר אז דער פראטעסט גייט יא האבן א הצלחה ווייל...., אדער אז מען האט יא די גיטהייסונג פון מערערע קהילות, קיינער האט דאס נישט גענטפערט, נאר זאליס און זאליס, על כן וועל איך דארפן ווארטן און זען, איך וועל מיך שוין דארפן מטריח זיין און גיין צו ביידע פראטעסטן און זען צו מיין השערה איז געווען גערעכט צו נישט.

FiveBoro » 28/5/2010 00:57

אקעי, רבותי, לאזטס דעם אינגל דא לופטערן.

משה'לע: ס'איז נישטא קיין שאנסן, ס'איז א דורכגעפאלענע זאך!

נעקסט קעיס.

משהלע » 28/5/2010 00:59

א קיי, אזוי גייט ענקערע געווינסן, מען האט נישט וואס צו ענטפערן און מען בלייבט חוזק.

FiveBoro » 28/5/2010 01:05

יא, ריכטיג. זיי געזונט, הצלחה.

היראים » 28/5/2010 01:08

משה'לע לעכטיגער
די האסט טענות
אז מ'ענטעפרט דיך נישט

כ'האב דיר יא גענטפרט

אין איך ווארט דערווייל אויף דיינע תשובות

כ'וועל עס איבערלייגען

וואס האט די פראטעסט מיט התאחדות מער ווי די אנדערע?
וולעכע זעלבסשטענדיגע קהילה גייט קומען היינט צו טאגסט צו א פראטעסט חוץ סאטמאר? ווייז מיר איין פאפא'נער אדער וויענער וכו' ביי א לעצטערע פראטעסט - ניטעמאל זייערע דיינים.
ווער האט זיך אפגעטיילט ארונים צו זאלי'ס?
ווער האט זיך נישט געהאלטן צו אפגעשמיסטע פרינציפן?
וואס וואלסטו געזאגט אויב די ארונים וועלן אויך ניצן די לעטערהעד פין התאחדות?

אין נאכמער וואס האט התאחדות מיט 'צענדליגע חסידות'ן'? מעמבערשיפ? עפעס אנדעש? (ס'דא למשל א קול קורא מיט א לעטערהעד פין התאחדות קעגן די עירוב אין וומ''ס, אין פאפא, וויזניץ ב''ב, כו' פייפען זיך אריין)
ווער איז סגן נשיא?????? ווער איז זייער נשיא???? זיי האבען בכלל אמאל געהאט אזא מין געדאנק ווי סגן נשיא די לעצטע 30 יאר?

אין וואס וואלסטו געזאגט ווען
מ'מאכט מאכען אינאיינעם
אין די לעצטע מיניט וועלן מיר אריינשטופן אינזערע צייטונג שרייבער - אפי' מ'וועט אהאבען אנדערש אפגעשמיעסט - צום מייק
אין מיר שיקען אינזערע בחורים  שטויסן רז''ל ווען ער קומט אן?

אומזיסט » 28/5/2010 01:44

הונדערט פראצענט גערעכט. נישטא קיין איין אנדערע קהילה וואס קומט צו פראטעסטן, חוץ סאטמאר.

אבער אפשר למען המערכה, איצט אז ביידע זייטן פארשטייען שוין אז מען האט זיך דא פשוט צובראכן איינער דעם צווייטנס כח וואלט געווען פאסיג אז ביידע זאלן גיין אין איינעם?

(חוץ אז מען האט מורא אז דעמאלטס וועלן זיין אזויפיל מענטשן ביים פראטעסט, וויפיל מענטשן עס פלעגן גיין וואוטן פאר עס איז געווארן א פאליטיק).

FiveBoro » 28/5/2010 01:59

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אז דו ווילסט וויסן, רבינו שליט"א האט אלעמאל געהאלטן ווי דו. ער האט בשו"א נישט געוואלט גיין עקסטער. אבער, די זאלי'ס האבן דאס געברענגט צו אן ענדע, איבערצייגנדיג אז ביי זיי גילט נישט דער כלל אז ביי כבוד שמים ברויך מען פארקוקן אויף אינטערעסן, און זיי האבן געבראכן אלע גדרים אז עס זאל קענען אנגיין צוזאמען.

דאס איז געווען ביי די לעצטע "מאסן פראטעסט" (כמיין צו זאגן די לעצטע מאל וואס די מאסן זענען דארט געווען..) אום חוה"מ, כגעדענק נישט די פונקטליכע דעיט, און אונזערע עסקנים האבן ארויסגעהאלפן צום פראטעסט, סיי מיט שאפן גרויסע געלטער, און סיי מיט מאכן א גרויסע פראפאגאנדע און אויפארבעטן אונזערע מאסן צו קומען צום פראטעסט. און דאס אלעס איז געווען מיט 2 פאראויס אפגעשמועסטע תנאים: 1 אז רבינו שליט"א זאל חלילה נישט נתבזה ווערן דארט, צווייטנס אז משה דוד נידערמאן און מנוול אלימלך שטערן זאלן נישט אויפטרעטן, כדי אונזער עולם זאל קענען האבן מיטגעפיהל צו ארבעטן צוזאמען. און די אפמאך איז געווען געשלאסן אויף הונדערט פראצענט.

ביז ווען מ'איז אנגעקומען צום פראטעסט, וואס דאן האבן זיי יעדן איבערצייגט דאס ערנסטקייט און באגלייבטקייט:

1, רבינו שליט"א איז ערנסט פיזיש אטאקירט געווארן דורך די קווינס בחורים, 2, משה דוד און דער מנוול האבן ביידע אויפגעטרעטן!!!

משהלע » 28/5/2010 02:01

איך האלט אז ס'איז לעכערליך צו זאגן אז ס'איז נישטא קיינער אויסער סאטמאר, און לויט אייך מיינט סאטמאר אדער אהרונים אדער זאליס, און דאס איז נישט וואר, ווייל למשל איך דאווען אין קראסנע ב''פ, און א שיינער ציבור גייט צו די פראטעסטן, קענסט זיי אפשר יא אנרופן סאטמאר, אבער דייקא רבינו יואל סאטמאר, און דאס אלעס, אזוי אויך נייטרא, אזוי אויך ווין, אזוי אויך די מתפללים פון רבי אברהם חיים שפיצער, פלענטי פאפא חסידים גייען צו די פראטעסטן ווי אויך וויזניץ, באייאן,  וכו', דא אין בארא פארק זענען דא אסאך אידן וואס טיט זיי וויי יעדע פירצה און יעדע גזירה, זיי זענען גרייט צו גיין צו א פראטעסט אקעגן גראבן קברים, אבער אז עס ווערט א פאליטיק וועלן זיי זיכער נישט גיין, און א התאחדות רבנים פראטעסט איז כולל יעדע קהילה, ווידער א אהרוני אדער א זאלי פראטעסט איז כולל נאר זייער קהילה,

ארגינעלער » 28/5/2010 02:07

נעכטען האט סאכדעס פאר ריפען אן אסיפה ווייסט ווי די פיפיציג טויזענט יודען
ס'איז נישט געווען קיין 500 יודען דארטן וואס איז געשעהן מיט די טויזנטער ?

משהלע » 28/5/2010 02:15

קאמאן!, וואס גלייכסטו צו א אסיפה ביי די זאליס צו א פראטעסט אין מאנהאטן, וויפיל מענטשן האט איר ביי אייערע אסיפות אין הופפער?, דער פאקט איז אז סאיז דא אסאך אידן וואס זענען גרייט צו גיין צו א פראטעסט און זיי זענען נישט קיין זאליס און נישט קיין אהרונים, הערטס מיך אויס, איך האב בתמימות געפרעגט א פראגע, איך האב נישט געמיינט צו טשעפען קיינעם, קיין נארמאלען ענטפער האב איך נישט באקומען, על כן כן וואונטש איך אייך נאר הצלחה מרובה, און זאל השי''ת העלפן אן מען זאל אויפטון מיט די פראטעסטן אז דעל מלכות הזדון זאל זיך אפטון פון אונז און זאל בטל ווערן במהרה.

אומזיסט » 28/5/2010 02:16

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אז דו ווילסט וויסן, רבינו שליט"א האט אלעמאל געהאלטן ווי דו. ער האט בשו"א נישט געוואלט גיין עקסטער. אבער, די זאלי'ס האבן דאס געברענגט צו אן ענדע, איבערצייגנדיג אז ביי זיי גילט נישט דער כלל אז ביי כבוד שמים ברויך מען פארקוקן אויף אינטערעסן, און זיי האבן געבראכן אלע גדרים אז עס זאל קענען אנגיין צוזאמען.

דאס איז געווען ביי די לעצטע "מאסן פראטעסט" (כמיין צו זאגן די לעצטע מאל וואס די מאסן זענען דארט געווען..) אום חוה"מ, כגעדענק נישט די פונקטליכע דעיט, און אונזערע עסקנים האבן ארויסגעהאלפן צום פראטעסט, סיי מיט שאפן גרויסע געלטער, און סיי מיט מאכן א גרויסע פראפאגאנדע און אויפארבעטן אונזערע מאסן צו קומען צום פראטעסט. און דאס אלעס איז געווען מיט 2 פאראויס אפגעשמועסטע תנאים: 1 אז רבינו שליט"א זאל חלילה נישט נתבזה ווערן דארט, צווייטנס אז משה דוד נידערמאן און מנוול אלימלך שטערן זאלן נישט אויפטרעטן, כדי אונזער עולם זאל קענען האבן מיטגעפיהל צו ארבעטן צוזאמען. און די אפמאך איז געווען געשלאסן אויף הונדערט פראצענט.

ביז ווען מ'איז אנגעקומען צום פראטעסט, וואס דאן האבן זיי יעדן איבערצייגט דאס ערנסטקייט און באגלייבטקייט:

1, רבינו שליט"א איז ערנסט פיזיש אטאקירט געווארן דורך די קווינס בחורים, 2, משה דוד און דער מנוול האבן ביידע אויפגעטרעטן!!![/quote]


[quote]

הונדערט פראצענט גערעכט. נישטא קיין איין אנדערע קהילה וואס קומט צו פראטעסטן, חוץ סאטמאר.

אבער אפשר למען המערכה, איצט אז ביידע זייטן פארשטייען שוין אז מען האט זיך דא פשוט צובראכן איינער דעם צווייטנס כח וואלט געווען פאסיג אז ביידע זאלן גיין אין איינעם?

(חוץ אז מען האט מורא אז דעמאלטס וועלן זיין אזויפיל מענטשן ביים פראטעסט, וויפיל מענטשן עס פלעגן גיין וואוטן פאר עס איז געווארן א פאליטיק).

ארגינעלער » 28/5/2010 02:20

זיי אזוי אין ברענג צי א פראטעסט די לעצטע 10 פין די סאכדעם וואס האט געהאט מער ווי 3000 יודען ?

קראך_היט » 28/5/2010 02:53

משהלע,

וואס פאלט דיר ביי אז דער פראטעסט איז בלויז פאר חסידי ר' אהרן, טעות טעות טעות, דער פראטעסט איז פאר יעדן אידיש קינד בעולם, מיר ערווארטן אז אלע קהילות זאלן זיך פאראייניגען מיט דעם מערכה,

אויב מיינט טאקע יעדער דער אמתער כבוד שמים, דעמאלטס זעה איך נישט פארוואס זאל התאחדות הרבנים מיט די אלע שאר קהלות זיך נישט מיטשטעלן מיט ר' אהרןס מערכה, איך מיין ער האט נאך עני-טיים אלע רעכטן צו רופן א דעמאנסטראציע, ווי סיי וועלכער רב אין התאחדות, אויב זייער פראבלעם איז ר' אהרן פערזענליך, זענען זיי גאר די וואס שפילן פאליטיק,

און ווי געשמיסט דו קענסט אונז נישט בעטן זיך צו צישטעלן די זאלונישע פראטעסט אונטערן שלייער פון התאחדות, צוליב זייער פאראט די לעצטע מאל ווי זיי האבן אריינגעשלעפט די מערכה אין די אינערליכע סאטמארע מאראסט,

בקיצור דער פראטעסט איז אויסדריקלעך נישט בלויז פאר אהרונים, דאס איז פאר קינד אין קייט, פארופן געווארן דורכן סאטמאר רבי, און מיר טוען פולע ערווארטן אז ס'זאל זיין א פאראייניקטע מערכה מיט התאחדות ושאר הקהלות, פינטל.

משהלע » 28/5/2010 03:45

איך וועל פרעגן א נארישע פראגע, נישט אזוי ווייט נאריש ווי א נאאיווע פראגע, לויט ווי איך זע צעווישן די שורות איז דער פראבלעם אז התאחדות הרבנים איז געהיידזשעקט ביי די זאליס און ביי שונאי ארונים, אפשר איז דא א מעגליך אז די אהרונים זאלן עפענען א נייע התאחדות הרבנים, איז דאס א מציאות?, וואלטן זיי געהאט די סאפארט פון אנדערע רבנים?, און אויב יא, ווער לויט אייער מיינונג וואלט זיך צו געשטעלט צו די אהרונים?

קראך_היט » 28/5/2010 03:57

פארוואס זאל מען זיך נישט צו שטעלן צו ר' אהרן אנעם לעטער-העד התאחדות? ווי שטייט אז ס'מוז הייסן "התאחדות" צו אויסשרייען די ווייגעשריי קעגן די עוקרי הדת?

רבי_יונה » 28/5/2010 04:05

וואס התאחדות, ווען התאחדות...? וואס איז דאס התאחדות?

התאחדות הרבנים איז שוין געשטארבען, די גאנצע התאחדות באשטייט בערך פון 3 קאמפיאטער.

איינס ר' יצחק גליק קאמפיטער ווי ער טייפט צעטליך וואס ער וויל און לייגט דעראויף א לעדער העט התאחדות.

דאס זעלבע איז דא א קאמפיאטער ביי די זאלי קהל אפיס, און ווען זיי ווילן שרייבן זיי א צעטיל און לייגן דעראויף התאחדות לעדער העט.

און נאך א קאמפיאטער האט הערשל קלאר, וואס ווען ער זעט רויטע הוזין, אדער א סווימינוג פול, צו א צוגעפאסטע רעקל... טייפט ער אפ א צעטיל און לייגט דעראויף די לעדער העט פון התאחדות.

דאס אזי די גאנצע התאחדות, "התאחדות הקאמפיאטערס".

משהלע » 28/5/2010 04:06

איך מיין נישט דווקא ביי דעם יעצטיגן פראטעסט, איך מיין בכלל, סוף כל סוף, איז התאחדות הרבנים געגרינדעט געווארן אויף צוטון פאר אידישקייט, און ווער נאך ווי רבי אהרן איז מוכשר פארדעם, איי וועט איר פרעגן וואס דארף מען אויף אויפצו טון א התאחדות הרבנים, מען קען דאך סתם אזוי אויפטון אזוי ווי תקנות און פלייש וכו', אבער סוף כל סוף האט דער רבינו יואל אויך געקענט אויפטון אן א התאחדות הרבנים, נאר ער האט פארשטאנען אז כדי צו האבן דעם אלגעמיינעם עולם דארף מען מאכן א התאחדות הרבנים און זיי צוטיילן זייער כבוד אזוי וועט מען מער מצליח זיין, און דאס איז מיין פראגע, קען רבי אהרן זיך צוזאם שטעלן מיט אנדערע רבנים, און גרינדן א פרישע התאחדות הרבנים? איך ווייס אז סערדעהעלער רב רבי חיים לייב כ''ץ וואלט זיך זיכער צוגעשטעלט, איז דא נאך רבנים?

קראך_היט » 28/5/2010 04:18

יעצט ווען עס ברענט די הויט קען מען נישט דאגה'ן אויף די סאכדעס שמאכדעס שטותים, אויב איינער וועט דוקא נאר פראטעסטירן מיט א לעטער-העד פון "התאחדות" זאל זיך שנעל גיין אונטערזוכן.

משהלע » 28/5/2010 04:52

קראך_היט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט ווען עס ברענט די הויט קען מען נישט דאגה'ן אויף די סאכדעס שמאכדעס שטותים, אויב איינער וועט דוקא נאר פראטעסטירן מיט א לעטער-העד פון "התאחדות" זאל זיך שנעל גיין אונטערזוכן.

אוי וויי, עס ברענט אויף דיר די הויט? איך מיין אז בעבי אויל איז זייער גיט פארדעם!, אבער ווען עס ברענט שטארק די הויט איז זיכער נישט געזינט צו זיצן ביים קאמפיאטער, ווייל זיצן אויף איין פלאץ פאר ערגערט די שמערצן, שוואנץ וואס דו ביסט, מען רעד דא א נארמאלע דיסקאשן, גלייכסט דאס נישט? קראך אריין אין ים סוף, און שפאציר ארויס פון דא, אבער אטאקיר נישט יענעם, נישט יעדע שרייבער שרייבט צו דיר, דו דארפסט נישט רעאגירן אויף אלעם.

FiveBoro » 28/5/2010 07:09

מנהל, איז דא דא פלאץ פאר די קליינע?

היראים » 28/5/2010 19:14

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קאמאן!, וואס גלייכסטו צו א אסיפה ביי די זאליס צו א פראטעסט אין מאנהאטן, וויפיל מענטשן האט איר ביי אייערע אסיפות אין הופפער?, דער פאקט איז אז סאיז דא אסאך אידן וואס זענען גרייט צו גיין צו א פראטעסט און זיי זענען נישט קיין זאליס און נישט קיין אהרונים, הערטס מיך אויס, איך האב בתמימות געפרעגט א פראגע, איך האב נישט געמיינט צו טשעפען קיינעם, קיין נארמאלען ענטפער האב איך נישט באקומען, על כן כן וואונטש איך אייך נאר הצלחה מרובה, און זאל השי''ת העלפן אן מען זאל אויפטון מיט די פראטעסטן אז דעל מלכות הזדון זאל זיך אפטון פון אונז און זאל בטל ווערן במהרה.


דא האט איר אסיפה וואס די זאלי'ס האבען פארריפן אין געניצט דעם לעטערהעד התאחדות
אין געמאכט א גאנצע פאמפע מיט מייקס וכו'
אין קוק וויפיל יודן זענען געווען

[בילד – נישט אפגעהיט]


היראים » 28/5/2010 19:17

דאס איז התאחדות?
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא דארפען זיין פאפא באיאן וויזניץ קראסנא?


תוקן על ידי היראים ב- 28/05/2010 19:20:49

היראים » 28/5/2010 19:25

נאך א זאך משה'לע
ר' אהרן קען צאמשלעפן א עולם אפי' ער ניצט נישט דעם נאמען התאחדות
''ע''פ דיברו הם נאספין''
כ'זעה נישט פארוואס ער זאל דארפן שרייבען התאחדות

אגב
נאך די גרויסע סוקסעס וואס די לעטערהעד התאחדות האט געהאט
האבען זיי אפגערופן זייער פראטעסט מיטוואך אין מאנהעטן - כדי מ'זאל נישט זעהן אז די זאלי'ס האט ווייניגער מענטשן ווי.............
אין זיי גייען מאכען א גרופ קיין וואשינגטאן

תוקן על ידי היראים ב- 28/05/2010 19:27:26

חייםהעלער » 28/5/2010 19:34

איך האב איין קשיא אויף די גאנצע געשעפט (נישט דוקא ארונים).

ווי זענען מיר אלע געווען תשס"ה ווען די ציונים האבם צוריקגעגעבן גוש קטיף פאר די אראבער. און מ'האט אויפגעגראבן הינדערטער קברים און עס געלאזט פאר צוויי וואכן כדומם על פני השדה. ווי זענען מיר דאן געווען? פארוואס האבן מיר דאן נישט איברגעדרייט די וועלט? ווייל עס איז מתנחלים איז זייער בלוט הפקר? מילא אז מ'ווייל נישט פראטעסטירן ווייל נישט צו זיין אזוי ווי די מתנחלים, נו. אבער נאך די התנתקות. ווען ארץ ישראל איז געווארן אנגעפילט מיט בילדער פון די מתים ליגן אויף די הייסע חודש אב זין. ווי איז דאן געווען די אלע מוחים?

איף פארשטיי אז איך וועל ווערן דא אטאקירט (און מעגליך צוגענומען רשות כתיבה). אבער די אלע וועלכע האבן ליב נישט נאכצולויפן די פלאקאטן און צייטונג'ס מעשות און משוגעת'ן זאלן אריינטראכטן אביסל.

און איך גיי נישט אריין אין די נושא פון פרידליכע מוחים וועלכע כאפן אומשילדיג מכות. קען זיך איינער דא פארשטעלן אז מ'זאל אפשטעלן די 17 אדער די GWB צוליב א מחאה אן א פערמיט? ווי אזוי וועט די רחמנות'דיגע NYPD זיך אויפפירן דאן?

הולך_לבגץ » 28/5/2010 20:08


פאר אלע וואס פרעגען וואס גייט פאר און יפו דא האט איר דעם תירוץ דאס איז היינט געהאנגען און ירושלים
(דאס איז נישט די הערשטע ליגנט וואס איך הער אויף קול מבשר - וואס איז גענומען פון הייד פארק)

[בילד – נישט אפגעהיט]

FiveBoro » 28/5/2010 21:37

הולך, איז דאס נישט א צעטל פון מיטוואך?

סיי וויאזוי, לגבי די גזירה פון חיטוטי שכבה איז נישט קיין שום נפק"מ צו די "פריוואטע פירמע" ביי די יאפו שטח האט יא אדער נישט אויפגעהערט, דאס איז טאקע פריידיגע נייעס פאר אונז, אבער: די ממשלה און די ארכילאגן זענען אנטשלאסן צו "ווייזן פאר די חרדים" און אנגיין ווייטער מיטן אויסגראבן קברים השם ישמרינו פון מערערע בתי חיים!

שוין אויף דעם זונטאג איז געפלאנט אנצוהייבן אויפגראבן א פרישע בית החיים אין נצרת, היל"ת!

אלזא, מיר טארן זיי נישט לאזן דורכפירן זייערע פינסטערע פלענער אומגעשטערט!! מיר מוזן זיי לאזן צאלן א פרייז דערפאר למען ישמעו ויראו!!!

הערט אויס די שמועס פון אהרעלע יאקטער אויף קול סאטמאר, ביי די אפטיילונג "קול החרדים באה"ק" (2-2) וואו ער איז גוט מסביר די יעצטיגע מצב.

כולנו להפגנה האדירה!!!

הולך_לבגץ » 28/5/2010 21:53


דאס איז גחתמעט געווארן מיטוואך אבער איז היינט פרייטאג פארשפרייט געווארן און די גאסן און אין די נייעס צעטלעך פון ירושלים
בלאט: 1 2