| גערעכט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | יענקעלע!
ממנו ילמדו וכן יעשו, אין נישט וויל איך בין דאס - אין איך האב משכנע געוועהן, נאר ווייל אז מען ווייזט אויף דעם גערכטקייט פון אמיינונג, אויף דעם איז געזאגט געווארן "קבל את האמת ממי שאומרו", צו ער הייסט יענקעלע - אדער בערעלע.
איך מיין אז עס וואלט כדי געוועהן, אז אויך ביי ענקער ויכוח אין סאטמאר, זאל דער דין ודברים ארויף גיין אויף ערנסטערע שטאפלען, עס איז קיין שום חכמה צו שרייבן מעשה'לעך אהן קיין דעקונג, "דער קיבארד פארנעמט אלעס - און דער סקרין פלאצט נישט פון דעם".
וואלט ענקער ויכוח געוועהן, אביסל אויף א עכערן סטאנדארט, וואלט מען ענק מער פארשטאנען, וואס קומט ארויס פון 90% פון ענקערע שרייבעכטסער דא, אז דע ארוינים קלאפן זיך אויף די אייגענע פלייצע - און די זאליס די זעלבע.
ולה' הישועה |
|
גערעכט, דו הייבסט מיר אן צו גיין אויף די נערוון!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב אנגעהויבן דעם אשכול, מיטן נאמען
"מיין שפעקאלאציע", דאס מיינט זייער קלאר
אז איך גיי שרייבן מיינע חלומות, מיינע בליקן אויף די זאך, נו, ביסטו ארויס פון די כלים, האסט
מיך אנגעהויבן צו אטאקירן אז איך מאך ליצנות פון מערכי ישראל, וויפיל איך האב פראבירט
מסביר צו זיין אז חס וחלילה, איך מאך נישט קיין ליצנות פון די מסירת נפש מפגינים וואס האבן
געכאפט מכות רצח פון די רשעי ישראל, מיין ליצנות, און לאו דווקא ליצנות, נאר מיין "ווייטאג" איז
געווען געווידמעט צו דעם קדוש'ל חיים הערש טייטלבוים וואס שטעלט זיך דא א פנים פון א לוחם
מלחמות ה', בו בזמן ווי ער איז א מרים יד בתורת משה, א מחלל שם שמים אויפן העכסטן מאס,
און איך האב דאס אויפגעוויזען (מיט שפעקאלאציעס) אז בו בזמן ווי די רשעי ישראל שניידן שטיקער
פון אלע היימישע מפגינים, זיי שוינען נישט אפ קיינעם, זיי ווארפן אריין אין די תפיסות יעדן וואס קומט
זיי אינטער די האנט, און אפילו דעם רבי'ן פון חסידי ירושלים האבן זיי אויך נ ישט אפגעשוינט, און
פלוצלינג וואונדער איבער וואונדער, יעדער כאפט שלעק פון די אכזריות'דיגע משטרה אויסער אונזער
באליבטער חיים הערשעלע, ער באקומט פון זיי גרויס כבוד, זיי שטעלן עם צו א משמרת כבוד מיט א
שומר ראש פון די משטרה, און דאס האב איך ארויס געברענגט, אז לויט "מיין מיינונג" איז יש דברים
בגו, און דאס איז א דירעקטע פועל יוצא פון זיין התחברות לרשעים, זיין אנערקענען אין די חוקי המדינה,
און איך האב במכוון געפענט א עקסטערן אשכול איבער דעם נושא, כדי נישט אויסצומישן מיינע שפעקאלאציעס
מיטן אשכול פון די הפגנות.
ויצא הקצף, דער גערעכט איז אויף מיר ארויף געשפרינגען מיט א כעס, און מיך אראפ געריסן אויפן
העכסטן פארנעם, ווי כאילו אני הקטן יענקעלע פון ניו יארק איז גאר דער פראבלעם, און
איך מאך קאלט די
גאנצע מערכה, און אלעס וועבט זיך ארום נאר איבער מיין ארטיקל, אלעס איז ער גרייט מוחל צו זיין,
אפילו גיין אין בג''ץ הציוני איז ער גרייט מוחל צו זיין, און פארגעסט נישט, אלעס
נאר למען מערכי ישראל,
אלעס איז כשר וישר, נאר נישט יענקעלע'ס ארטיקל, נו, איך האב געזען אז איך קים נישט אן אין ערגעץ,
האב איך באשלאסן אז גענוג איז גענוג, און געזאגט אז גערעכט איז גערעכט און גמרנו, איך האב ערווארטעט
אז ער זאל זיך א קלאפ טין אין די פלייצע, ווייל ער פארלאנגט דאך כסדר אז ווער עס האלט אז ער איז גערעכט
זאל דאס "מציין זיין", אבער איך האב עהם דאס פארגינען מיטן גאנצן הארץ, און עקספעקטעד דעם ערשטן
פאראגראף פון זיין תגובה, און אויב וואלט ער מיט דעם גענדיגט וואלט דאס געשלאסן געווארן,
אבער דער גערעכטער האט מיך אראפ געשיקט פונעם בוים און ער האט איבערגענומען דארט מיין זיץ,
ער האט מחליט געווען געווען מיר אביסל מוסר זאגן און געבן אפאר עצות וויאזוי צו פירן דעם אהרוני/זאלי מערכה,
ער איז מסביר אזוי בטוב טעם ודעת אז די מערכה דארףזיך פירן אויף א העכערן סטאנדארט, און אז דעמאלטס
וואלט מען אונז מער פארשטאנען, ער שרייבט אזוי זיס:
"דער קיבארד פארנעמט אלעס - און דער סקרין פלאצט נישט פון דעם".
וויל איך דיר זאגן טייערער גערעכט, נישט די מערכי ישראל באדערט דיך, און נישט דער נידעריגער סטענדערט פון אונזער
דיסקאשן באדערט דיך, און אוודאי באדערט דיך נישט דער חילול השם פון גיין אין בית המשפט הציוני, איין זאך באדערט דיך
אז מען בארעדט דעם פעשן חיים הערשעלע, דו אלץ בלינדער תולדות אהרן'ניק, וואס האקט שטיקער און מאכט ליצי ליצנות
פון תולדות אברהם יצחק, אויף א גאר נידעריגן סטענדערט, דו רייסט אראפ יעדן וואס נעמט זיך אן פאר תולדות אברהם יצחק,
און רייסט אראפ יעדן וואס האט ארויס געברענגט דעם גרויליגן באקס נסיעה אין מירון, דארט פארגעסטו פון סטענדערט'ס,
דא האט איר איין ביישפיל ווי ער מאכט ליצנות פון תולדות אברהם יצחק, (זוכט דאס אויף אין זיינע תגובות) ווי ער שרייבט:
תולדות א"י רבי איז דער בעש"ט, משיח איז שוין פארנומען , על כן האב איך באשלאסן,
דו ביסט א פעיק פאני פראוד,