דער מחותן האט געהאט אסאך פרעשער פון נישט קיין צווייטער ווי זיין אייגענע ברודער דער "שיינע פנים שטעלער" ר' שמואל דוד סאקס דומ"ץ איחוד קאנטרי וועלכער האט געמאכט א גאנצע טימל אין די משפחה ווי טייל זענען אהרוינים אז מען זאל זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונה פון א "אייגן ברידער". אבער דער מחותן האט זיך נישט געלאזט, ער האט איינגעמאלדן פארן ברידער דער איחוד דיין אז אויב זיין ברידערשאפט ווענדט זיך נאר אין געטריישאפט צום רא"ט און דער "צדיק" איז גרייט מוותר צו זיין אויף די ברידערשאפט צוליב פאליטיק. וועט ער זיך פירן זיין לעבן אן אים! א ברידער איז דא צו מיטלעבן און נישט אויף איינצוטיילן ווי אזוי צו לעבן.
קודם האב די אהרוינים פארקויפט אז די חתונה איז געקענסעלט. איך האב געוויסט אז עס איז בכלל נישט געווען אין פלאן צו קענסלען, אבער איך האלט זייער שטארק נישט פון פויקן פריוואטע נעמען אין די גאסן האב איך געשוויגן.
נאכן זען אפאר וואכן אז זייער פי. אר. פון קענסלען חתונות ארבעט נישט האבן זיי היינט צופרי ארומגעשיקט טעקסט מעסעדשעס כאילו דער מחותן איז געקומען ליידענען דעם רא"ט אלס מסדר קידושין. יעצט נאכמיטאג האבן זיי דאס שוין אויך אנגעהויבן פאמפן אויפן אינטערנעט.
עס האט זיי אבער צוריק געשמיסן אין פנים ווען זיי האבן זיך געכאפט (אביסל צו שפעט) אז די חתונה איז דינסטאג! (א טאג וואס דער רא"ט געפינט זיך סיי ווי נישט אין קרית יואל!)