איז די דורכפאל פארשטערקערט און פארדאפלט געווארן, מיט דעם וואס דעם מוצ"ש איז די מחותן פון די מארגנדיגע חתונה געקומען לאדענען דעם רבי'ן דער מרא דאתרא צו סידור קידושין!!
דער מחותן מוז אויסגעלויבט ווערן, אז טראץ וואס ער גיהערט טאקע נישט צו אונז, דאך איז אבער געווען לבו נקפו צום אמת, און ער האט זיך פארט געפארכט אז זיין קינד זאל חתונה האבן אן א כשר'ע קידושין, און ער האט גענומען די דרייסטקייט צו טוהן וואס די תורה הייסט, און ארויפגעקומען ווייזן די כתובה פארן מרא דאתרא און מכבד געווען מיט סידור קידושין.