היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקינג אינפא: בלויז פיר פסולע חתונות דעם זומער!!!

ברעקינג אינפא: בלויז פיר פסולע חתונות דעם זומער!!!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2791053

מחלל_קדושן » 24/5/2010 02:41

אצינד איז געווארן קלארער די נומערן, און עס שטעלט זיך ארויס אז משך די גאנצע זומער חתונה סעזאן וועט פארקומען אין די בני יואלע זאל גאנצע

4 פסולע חתונות! ותו לא.

עסקנים למען חיזוק הדת: חזקו ואמצו!!!

(די ערשטע חתונה וועט פארקומען דעם דינסטאג, אויב די מנהל וועט מיר ערלויבן וועל איך ארויפלייגן אלע נעמען)

נוטראלער » 24/5/2010 02:45

איך פארשטיי אז עס האט די געבאדערט אז איך האב שוין געפענט אן אשכול דערוועגן מיט א נארמאלער קעפל

ע"כ האסטו שנעל געפענט מיט א פרישן עקלהאפטיגן קעפל

עס איז אנטקעגן די תקנות צוויי אשכולות איבערן זעלבן ענין

מחלל_קדושן » 24/5/2010 02:47

ס'איז נישט קיין סתירה.

דו פריי דיך דארט מיט די דינסטאג'דיגע חתונה, און מיר וועלן דא ווייטער רעדן איבער'ן גרויסן כלליות'דיגן דורכפאל פון די צאל חתונות, נאך וואס ענק האבן גע'יובל'ט אז אויף זומער איז שוין דא איבער 20 דעיט'ס.

הצלחה.

תוקן על ידי מחלל_קדושן ב- 24/05/2010 02:50:23