היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נעבעך: אזוי קוקט מען אויס ווען מ'וויל זיך נישט שטעלן צו קיין...

נעבעך: אזוי קוקט מען אויס ווען מ'וויל זיך נישט שטעלן צו קיין...

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2790338

אויששש » 21/5/2010 12:24

נעבעך: אזוי קוקט מען אויס ווען מ'וויל זיך נישט שטעלן צו קיין די"ת
די חרפות און בושות ביי די נילוס-חאג טיש פון ר' זלמן אין ראדני אלס פאר'ן זיך נישט וועלן שטעלן צו די"ת
די זאליס האבן איהם געלאזט אליין מיט דעם שיטערן עולם: "אז דו ביסט אין דער ערד דארפן מיר דיך נישט האבן"

[בילד – נישט אפגעהיט] 


תוקן על ידי אויששש ב- 21/05/2010 12:30:24

בןיהודה » 21/5/2010 12:27

וואס איז שלעכט אזוי

אויששש » 21/5/2010 12:32

ס'איז טאקע זייעהר גוט, אט אזוי דארפן אויסקוקן מסרבים לדין תורה

עירהתורה » 21/5/2010 12:37

איך גלייב נישט!! עס איז טאקע פון היי יאר. אוי אוי

עירהתורה » 21/5/2010 12:45

איך הער אז רז"ל האט היי יאר מעורר געווען ביי טיש נעילת החג איבער די פירצה פון מאכן פיקטשעס אז מען האט עס נישט געזען ביי אונזערע רעבי'ס און ער וויל בעטן אז מען זעל מער נישט מאכן פיקטשעס ביי אים און ביהמ"ד.....

ארגינעלער » 21/5/2010 20:14

אינטערסאנט, די טיש איז אין ראדני אבער די טישן זענען נאך אלס געבליבן די זעלבע ברייט ווי אין ביהמ"ד החדש. די זאליס קענען זייער גיט זייער עולם, זיי ווייסען אז אויב איז נישטא קיין פיקטשע טיש וועט קיינער נישט קימען, וועגן דעם האבן זיי געמאכט די זעלבע ריזיגע ברייטע טישן וואס איז זיכער די גרעסטע טישן וואס איז נאר דא ביי וועלכן רבין אין די גאנצע וועלט

ארגינעלער » 21/5/2010 21:34

די זאליס ווילן הרג'ענען ר' טודרוס זילבער פארן ארויס כאפן 500 טיליתם פין הגז"ל דעם שבועות.
 
ביי די זאליס ווייסט מען אז ווען מען וויל א ערנסטער מינוט אין יאר צי ס'איז
ביי אהבה רבה שבועות, א' סליחות, הושענה רבה, כל נדרי, תיקעות שופר.
טאר מען זיך ביי הגז"ל נישט געפינען מען מיז לויפן קיין אראד, צי ר' טודרוס, ר' מנשה מראסס סטריט.

 אויף שבועות איז דא געווען א גאסט אין ווילאימסבורג ר' משה מנחם פין מאנטריאל אן אפיצעלער זאלי
האט פין אים ארויס גענימען 200 יודען

זאלי איז ארום גענימען מיט דאס שוואכסטע סארט קוואליטעט וואס סאטמאר פארמאגט.

ווייסט איינער ווי זיינע 500 בחורים האבן זיך געפינען דעם יום טוב שבועות ווייל אין ראדני טרעטן זיי נישט אריין ?

ארגינעלער » 21/5/2010 21:38

ישראלע גאלבערגער מיט הקדוש נח אהרן וויינבערגער מיט הרב החסיד בינימין הירש אין יצחק טירענויער זענען די אויבן אן יודען
[בילד – נישט אפגעהיט]

ארגינעלער » 21/5/2010 21:40

דער געדרענג איז עד לב השמים
[בילד – נישט אפגעהיט]

לעקסינגטאן » 22/5/2010 00:23

א יעדע שטיק צייט ווערן די זאליס טראגעדיג אז ר' זלמן לייב איז א פעסטע רבי אין ער האט מיליאנען בחורים
אין מען ברעין וואשט די בחורים אז אזוי האט דער בעש"ט אויסגעקוקט, דער איד וואשט אין פלעגט דאס אין די מוחות אין מיילך שטערן מיט מנשה פילעף האבן גאנצטע מקרות אז אזוי האט די רבי ז"ל אויס געקוקט אין קראלי  

אין נאך א יעדע יום טוב פאלן זיי צוריק מיט 10 יאר זיי זעהן איין אז מיטן זייערע העצן בחורים קעגן דעם רבי'ן קומט מען אין ערגעץ נישט אן ס'בויט נישט הגז"ל
אז ער וויל זיך בויען דארף ער זיך זעצן קודם לערנען פאר א 20 יאר לכה"פ, אין אנפאנגען צי טיען פאזיטוו.

FiveBoro » 22/5/2010 00:53

לולא לא ראיתי לא האמנתי.

עירהתורה » 23/5/2010 02:01

פורים ס"ט (נ"א נעילת החג) איה הרבבות???
[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 24/5/2010 00:28

יודן וואס האבען דורכגעוואקט דעם ראדני שול, פארגאנגענעם יו''ט פארציילן  וואס כ'וואלט קיינמאל נישט געגלייבט אז זיי וועלן אנקומען אזוי טיף אין דער ערד
גאנץ ראדני איז געווען אויסגעשטעלט ווי א גווענליכע שבת (זייט דער פויער איז דארט רבי) מיט ''טישען'' אין אין בענק
אין נאך יעדע 4 זיצן איז געווען א דורכגאנג, (איך פראבירט נאך געוואר צו ווערן אויב די פאליש איז יא געווען אפען)
ביים דאווענען האט מען זיך 'עפעס' געיוגט....
אין אפי' ביי נעילת החג האבען דורכגייער זיך אויסגעדריקט אז לויט ווי ס'קוקט אויס איז שוין ראדני אויך צו גרויס פאר זיי....

די מיטעלסטע טיש דארף איך שוין נישט זאגען וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט, א בילד איז בייגעלייגט ביי א פריעדיגע תגובה,
אבער איך זיך נאך א בילד פין די אויבן אן
עס איז געווען אנגעגרייט 2 רייעס אויפן אויבן אן, - ס'נעמט דאך אויף מער פלאץ
אויף די ערשטע רייע האט באשיינט אינזער בן השני ושלישי - ר' ליפא אין ר' זלמן (מאדנע אז ליפא האט נישט געפירט אליין'ס)
שפעטער איז אויך אנגעקומען הרב טירנויער פין מאנטריאל נאכען ענדיגען פירן זיין נעילת החג מיט זיינע חסידים (נעבעך)
אויף די צווייטע שורה האט באשיינט מאיר ראטה אין די איבריגע פני יודן..
זעלבסט פארשטענדליך אז אלע זיינע באצאלטע דיינים האבען אליין געפירט די נעילת החג טישען אין פאיע, ראסס סט' וכו'

דאס איז שוין נאכדעם וואס איז זייער צייטונג 'דער איד' אינאיינעם מיט זיינע אנדערע  פקדתו שמרה רוחי - פראפעגאנדע קאמפעניס, וועבסייט, טעקס מעסעזשעס, אימעיל בליצן, האבען פאר יו''ט פראפאגאנדירט פין דעם גרויסען יו''ט וואס קומט אין ראדני (ווער עס קען זאל ארויפלייגען)
דער עולם זאל קומען, די שול איז מייסטער האפטוג אויסגעשטעלט אז ''ס'זאל זיין פלאץ פאר יעדן'' ''מ'וועט טיילן ספעציעל פעקלעך מזונות פאר'ן ליינען'' ס'דא גענוג פאר יעדן, וכו'
געמאכט א מצב אין דער איד, אויף די 3'טע זייט מיט א ריזיגע העדליין אין א בילד וויאזוי ס'גייט אויסקוקען וכו'

פאר די קעלבער פארקויפט מען יעצט אז די יו''ט איז טאקע געווען בושות, אבער די באגלייטן איז געווען די זאך....
ווייל דארט זענען אויך געקומען די פרויען, אין מ'האט שוין געהאט גענדיגט אויף ראסס סט' וכו'
אבער קיין בילד דערפון איז דערווייל נאכנישט גענדיגט צאמשטעלן

איר קוקט מיך אפשר אן ווי א שטיקל מגזם (אויב קענט איר נאכנישט די זאלי'ס) - נו! איך פארשטיי אייך
איר האט די ברירה פרעגט אייך נאך.....


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/05/2010 01:03:55

היראים » 24/5/2010 01:20


כ'האב יעצט באקומען בילדער פין נעילת החג
וויאזוי לייגט מען עס ארויף?



תוקן על ידי היראים ב- 24/05/2010 01:24:47

הערטס_צו » 24/5/2010 04:44

דריק אויף "שלח תגובה"
דערנאך דריק אויף
[בילד – נישט אפגעהיט]
און פאלג נאך די ווייטערדיגע מעלדיגן...
מאך זיכער אז דו לייגסט אריין די גוטע סייז. מאך די אורך 8500

די עיקר איז ס'זאל זיין אין א מזל'דיגע שעה...

נוטראלער » 24/5/2010 07:54

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

כ'האב יעצט באקומען בילדער פין נעילת החג
וויאזוי לייגט מען עס ארויף?




דאס האב איך אמאל באקומען פון 1נארמאלער ווען איך האב אנגעפרעגט ווי אזוי מען לייגט ארויף בילדער

דריקט אויף "שלח תגובה" 

[בילד – נישט אפגעהיט]

דערנאך דריקט די קליינע "פיקטשער אפלאוד" אייקאן 

[בילד – נישט אפגעהיט]

ווען איר באקומט דעם סקרין 
[בילד – נישט אפגעהיט]

דארפט איר קודם דריקן "בראוס" (1) טרעפט די פייל וואס איר ווילט ארויפלייגן, גיט א "קליק" דערויף ס'זאל ווערן "סעלעקטעד" דענאך דריקט "אפען" 
נאך דעם וואס די נאמען און פלאץ פון יענעם פייל ערשיינט אין די קעסטל לינקס פון די "בראוס" קנעפל, דריקט "העלאה" (2). יעצט דארפט איר ווארטן (געוואנדן לויט די שנעלקיין פון אייער קאמפיוטער און לויט די גרויסקייט פונם פייל). ביז די בילד ערשיינט אינעם ווייסען קעסטל אויף די לינקע זייט אויבן.דאן וועט די קעסטל לעבן דעם "בראוס" קנעפל און אזוי אויך דעם "בראוס"קנעפל נעלם ווערן  און די אינפארמאציע אויפן פייל וועט אריבערטאנצן צום קעסטעל העכער דעם ווי ס'שטייט "יו אר על". דאן דריקט "הכנסה" (3). (די לעצטע צוויי נקודות זעט אינעם בילד דא  

[בילד – נישט אפגעהיט]

ס'קען זיך מאכן פראבלעמען, למשל אז די פייל איז צו גרויס וכדו'

קרעדיט: טעכניקער

היראים » 24/5/2010 18:08

איך ווייס נישט פארוואס ביי מיר גייט עס נישט
אז איינער וועט מיר געבן א אמעיל אדרעס קען איך אים עס שיקען

צודערזאך » 24/5/2010 22:09

[בילד – נישט אפגעהיט]



עומדים צפופים? אפשר אמאל! היינט לעבט מען אין א נייע וועלט: משתחוים רווחים...

היראים » 24/5/2010 22:57

מערקט די גרויסע טיש האט מען געמאכט אריינציר פין די גאלעריען 
בעפאר פין די (ברייטער געמאכטע) זוילן,
איז נישט ראדני צו גרויס פאר אים?

נעבעך: אזוי קוקט מען אויס ווען מ'וויל זיך נישט שטעלן צו קיין די"ת

טראק » 25/5/2010 01:45

דאס יו"ט ווערטל...

רז"ל האט דעם יו"ט איינגעהאלטען די "תנאים תקנות" ווען ער האט געפראוועט פאר גאר א קליינער עולם...