(ארויניס & זאליס קא. עס פעלט נישט אויס צו אריין מישן ענקער פאליטיק)
דא וועלן געלייגט ווערן תגובות אויף דעם אשכול פון מחריבי קרתא
(ארויניס & זאליס קא. עס פעלט נישט אויס צו אריין מישן ענקער פאליטיק)
|
|
|
די אלע ליינער'ס ווערן געבעטן זיך צו האלטן פאסיוו און נישט ווערן איבערגענומען פון די אלע שמוציגע באהאנדלונגען פון "גערעכט", ליינט אביסל וואס עס שטייט צווישן די שורות, וועט איר זעהן אז עס רעדט זיך פון א "תולדות אהרן"ער שטונקער וואס ס'טוט אים זייער וויי אז די אהל שרה חברה האבן מיאוס צוגעפיקסט זיין רבי'ן מיט עטליכע וואכן אין צוריק אין מירון.
און דו "גערעכטער" תולדות אהרן'ער געמאכטער צדיק'ל, מאך זיך צו דיין מיאוס מויל פאר דו רעדסט אויף יונגעלייט וועלכע לאזן זיך טרעטן און ליגן אונטער די טראקטאר'ס אכטונג צו געבן אויף חילול קברי ישראל, אין די זעלבע צייט וואס דיינע חברים מיט די געשטרייפטע קאפטענעס זיצן אין דעם "רשת הכוללים" און גיבן אכט ס'זאל זיי נישט שמוציג ווערן דער קאפטן.
איך ווייס נישט, קען זיין זיי גייען יא ארויס צו די הפגנות, אבער דא אין הייד פארק זענען דא יעדן טאג פונדאסניי הונדערטער בילדער פון מוחים. און זייער זעלטן פאלט אריין א בילד פון א קאפטן. אפשר זענען זיי בבחי' רואה ואינו נראה.
ביטע ווארף נישט קיין שטונק אן קיין דעקונג, ווער האט דיר פארציילט אז אהל שרה האט צושאסן די קאר פון "בזק", דו האסט געזעהן ? וואס ווארפסטו שקרים ?
|
|
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 26/05/2010 21:52:12
האט איינער באמערקט אז דער "גערעכטער" דרייט זיך ארויס און ענטפערט נישט אויף די פאלגענדע שאלה:
"קען זיין זיי גייען יא ארויס צו די הפגנות, אבער דא אין הייד פארק זענען דא יעדן טאג פונדאסניי הונדערטער בילדער פון מוחים. און זייער זעלטן פאלט אריין א בילד פון א קאפטן. אפשר זענען זיי בבחי' רואה ואינו נראה" ?
אין א דערנעבנדיגן אשכול באפאלט ער מיר, און ער רעדט איבער די טויזנטער טויזנטער (איבער 20 טויזנט חאחאחא) וועלכע האבן געטאנצן און געזעהן ווי א כהן גדול פאטשקעט אין פייער אויף קברים, און שיסט גירא'ס אין די אויגן פונעם שטן אריין.
אבער צוליב "געוויסע סיבות" האלט ער זיך אפ פון ענטפערן אויף די אויבנדערמאנטע שאלה. וואו זענען די בילדער פון די קאפטענעס ?
דער "אומגערעכטער" סאברא, וועלכער האט זיך גענומען פאר א מצוה צו באשמוצן א קהלה קדושה בישראל, איז זיך סותר מיניה וביה.
ערשטנס שרייבט ער "הלואי וואלט איך זוכה געווען צו זיין פון די ערליכע קהלה קדושה תו"א", אפאר שורות שפעטער פארגעסט ער אז ער שפילט, און ער שרייבט "מיר וועלן גיין מיט דעם, מיר גייען מיט דעם, וכו". אקעי נישט געפערליך האסט פארגעסן, ס'מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות, אבער דו שרייבסט דאך אזוי גראב אז מ'קען פונקטליך זעהן ווער דו ביסט, און אז דו זיצט א גאנצן טאג אין רח' שבטי ישראל אין אפיס, און ארבעט אימערמידליך אין דרערד צו לייגן "אהל שרה". האלט זיך איין אביסל.
נאר לידיעה בעלמא, אין תו"א איז ב"ה דא א שיינער ציבור וואס איז טרוד על המחיה ועל הכלכלה און האט נישט צופיל צייט צו לערנען (אזוי דארף אפשר זיין, כ'האב נישט קיין פראבלעם דערמיט). אבער דאקעגן אין אהל שרה זענען 100 % בני תורה רוב שעות פון טאג. אוודאי איז עס נישט קיין פארגלייך אין די צאל פון די חברי הקהלה אבער מ'רעדט דאך אין פראצענטן.
יעצט צו די פאקטן, איך האב יעצט אנגערופן א קרוב משפחה אין א"י, און מברר געווען די אלע זאכן. אינטרעסאנט נאר איבערצוגעבן אז אין א"י ווייסט קיינער נישט פון די אלע באבע מעשיות, און פון די אויסגעזויגענע שקרים וכזבים וואס דער אומגערעכטער ברענגט דא.
האט איינער באמערקט אז אין זיינע ארטיקלעך האט ער נאך נישט געברענגט אפי' 1 (!) ראיה צו די אלע לאקשן וואס ער פארקויפט אונז דא.
יעצט ר' "אומגערעכט", שרייב ביטע מיט גרויסע רויטע אותיות "המפורסמות אין צריכין ראיה". און נאך וואס דער ציבור דא וועט זעהן די גרויסע אותיות און איבערהויפט אויב ס'וועט נאך זיין רויט אויכט, וועלן מיר אלע אנהייבן עטוואס גלייבן דיינע געשיכטעס.
צעמח'ל שרייבט
דער "אומגערעכטער" סאברא, וועלכער האט זיך גענומען פאר א מצוה צו באשמוצן א קהלה קדושה בישראל, איז זיך סותר מיניה וביה.
נאר לידיעה בעלמא, אין תו"א איז ב"ה דא א שיינער ציבור וואס איז טרוד על המחיה ועל הכלכלה און האט נישט צופיל צייט צו לערנען (אזוי דארף אפשר זיין, כ'האב נישט קיין פראבלעם דערמיט). אבער דאקעגן אין אהל שרה זענען 100 % בני תורה רוב שעות פון טאג. אוודאי איז עס נישט קיין פארגלייך אין די צאל פון די חברי הקהלה אבער מ'רעדט דאך אין פראצענטן.
חחח, דערמאנסט מיר א ווארט וואס ר' ליפא פריעדמאן ז"ל פלעגט זאגן, "פאפא מיינט אז סאטמאר איז נומבער 1, און פאפא איז נאמבער 2, דער אמת איז האט ר' ליפא ממשיך געוועהן – סאטמאר איז נאמבער 1-2-3-4-5.................פאפא איז נאמבער 20" כלפי מה הדברים אמורים, אהל זרה האט א כולל פון 19 אינגעלייט (75% פון יאהר דארף מען נישט לערנען ווייל מען איז פארנומען מיט טעראריזירן די תושבי מאה שערים – און מען באקומט כולל געלט כמובן - אזויוויא איך בריינג אונעם "נטורי קרתא? – מחריבי קרתא!!!" אשכול) – און חוץ פון דעם האבן זיי זערא 00, נישט קיין מוסדות נישט קיין תלמוד תורה – גארנישט, הא אנטשולדיגט זיי האבן א ישיבה קטנה – פון אפאר פרענקען
תולדות אהרן דארף נישט דא קומען באשרייבן זייערע מוסדות, אבער נאר דער כולל פון תולדות אהרן אליינס האט 350 אינגעלייט.
יעצט צו די פאקטן, איך האב יעצט אנגערופן א קרוב משפחה אין א"י, און מברר געווען די אלע זאכן. אינטרעסאנט נאר איבערצוגעבן אז אין א"י ווייסט קיינער נישט פון די אלע באבע מעשיות, און פון די אויסגעזויגענע שקרים וכזבים וואס דער אומגערעכטער ברענגט דא.
האסט ממש יעצט אנגערופען א קרוב משפחה?מיינסט ערנסט,
דאס אלעס וואס איך ברענג אינעם אשכול – "נטורי קרתא? – מחריבי קרתא!!!" http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2790311&forum_id=16386, איז קראנט – און באקאנט פאר די תושבים פון מאה שערים און ארום, אין שקרים וכזבים קען אויך שרייבן אויף דיין "ממש יעצט אנגערופען א קרוב משפחה"
האט איינער באמערקט אז אין זיינע ארטיקלעך האט ער נאך נישט געברענגט אפי' 1 (!) ראיה צו די אלע לאקשן וואס ער פארקויפט אונז דא.
יעצט ר' "אומגערעכט", שרייב ביטע מיט גרויסע רויטע אותיות "המפורסמות אין צריכין ראיה". און נאך וואס דער ציבור דא וועט זעהן די גרויסע אותיות און איבערהויפט אויב ס'וועט נאך זיין רויט אויכט, וועלן מיר אלע אנהייבן עטוואס גלייבן דיינע געשיכטעס.
רייט, (רויט) "המפורסמות אינן צריכין ראיה", מיר ליידען זיך שוין צאם פון די "מחריבי קרתא" 43 יאהר, אלע ווייסן דאס – און אלע קענען די טרוקענע פאקטן, און נישט אומזיסט האט רביה"ק געזאגט אויף זיי – זיי זענען נישט נטורי קרתא – זיי זענען מחריבי קרתא – אויף דעם ווילסטו אויך א ראיה?
איך וויל דא אנרירן א נקודה, וואס לכאורה וויפל איך קען די שרייבערס דא, וועט דאס נישט אריבער גיין אינגאנצן בשתיקה, אפשר וועט גאר פלאצן א פייערדיגן וויכוח ארום דעם נושא, אבער איך ערלויב זיך צו בעטין פון דו חשוב'ע – און די ווייניגערע חשוב'ע, זיך האלטן אין די ראמען, און אויב האט איינער וואס צו מגיב זיין, זאל דאס טוהן אינעם מיוחד'יגן אשכול "נטורי קרתא? מחריבי קרתא!!!" http://bhol-forums.co.il/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2790317&forum_id=16386
עס איז מיר קלאר, אז דער נושא האט יעדער שוין זיין אייגענע פאליטישע "דעה קדימה", אויב די ליינערס – דו מגיבים וועלן מיר געטרויען און פאלגן – וואלט איך געבעטן א בקשה, טוט א טובה, זייט זיך מתייחס צו די זאך, אהן קיין דעות קדימות – און אהן קיין פאליטישע פאלטשע אינטערעסן, איך וועל ברענגען פאקטן וואס איז מיר אישית באוואוסט און באקאנט פונעם שטח, און וויא פארשטייט זיך, אז "השערות" – שפעקאלציעס" – א.ד.ג., קענען נישט משנה זיין קיין מציאות'ן, און פאשקעווילן וויא איר אלע וויסן דא, איז קיין פראבלעם צו פארשפרייטן, כידוע ליודע חן.
נאך איין קלייניקייט: דער כלל - מיין שונא'ס שונא איז מיין אוהב - איז קינדעריש. מיין שונא'ס אוהב איז מיין שונא - איז לעכערליך. מיין אוהב'ס שונא איז מיין שונא - איז אפגעפרעגט, מיין אוהב'ס אוהב איז מיין אוהב – איז נישט ריכטיג, - מואב מיט מדין - באקאנט פון ערגעץ וויא?
איך וועל דאס באלד ארויף לייגן אי"ה