אלס איינער וואס איז געגאנגען צו אסאך פראטעסטען איז נעכטען געווען זייער א מאדנע ארשיינונג (וואס אלע פרייע מידיה האבן אנגעמערקט) אז מ'האט נישט געקענט זהען קיין איין ירושלימער קאפטען נישט און אשקלון נישט און יפו און נישט און ירושלים במשך דעם טאג ביז ביינאכט וואס דאס איז ווייל תולדות הארון רבי וויל אפטוהן אתרא קדישא פארן חוצפה פון וועלן שטערען זיין צערעמאניע און מירון האט ער נישט געלאזט קיין איין קאפטן גיין צו די הפגנות חוץ איין קאפטן וואס איז געווען דאס איז דער ראש כולל פון אונזער הייליגע כולל און ירושלים הרה"ג ר' נחום משה היימליך וואס איז אויך געווארן ארעסטירט און יפו
איך האב היינט געזיכט אויף אלע אינטערנעט סייד'ס וואס האבן בילדער צו פראבירן אפשר דאך יא צו טרעפען איין קאפן אבער דאס איז נישט געווען בנמצא אדרבא גייטס אליין ארויף זיכט'ס און טרעפט'ס און ברענג'ט צו
אויף אלע בילדער זעט מען מער ווייניגער די נטורי קרתא אינגעלייט, משכנות הרועים, קהל חסידי ירושלים, און אברכי כולל ויואל משה ד'סאטמאר ירושלים, און פארשטייט זיך אליינס די לוחמי מלחמות ה' פון בית שמש קוקטס דאס אליין נאך וועט איר זהען
.
דער אמת איז אבער גאר אנדערש.
עס פארגעקומען גרויסע פראטעסטן אין אשקלון און אין יפו, אינערהאלב די מקומות החילול ווי עס איז ליידער אנגעגאנגען די חיטוטי שכבי, און יעדן מקום זענען געקומען צופארן יקירי ירושלים, פון פארשידענע כוללים, פון דעם באוואוסטן סאטמארער כולל "יטב לב" אין ירושלים דער צענטער פון די מסירת נפש יונגעלייט, פון די כוללים אהל שרה, און בני ירושלים בית שמש, פון די כוללים פון מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, און משכנות הרועים, און פון כולל ר' שאול גאלדמאן, און פון כוללי שומרי החומות, און סתם ירושלימ'ער אידן, און איבערהויפט פון די גרויסע כוללים פון תולדות אהרן, ווי איבער 50 יונגעלייט זענען ארויסגעפארן און שפיץ פון זייער דומ"ץ הגאון ר' רפאל סאקס שליט"א וועם די פאליצי האט אפגעהאלטן אויף חקירות.
דאקעגן אבער פון די כולל מצויינים פון די אהרונים האט מען נישט געזען קיין נפש חי, נישט קיין היימליך, נישט קיין יאקאב, נישט קיין פויגעל, נישט קיין פעלבערבאום, קיינער פון זיי איז נישט געווען בנמצא, זיי זענען אלע געליבן זיצן אויף זייער שטילן און זייער כולל, און זיך אנפארמירט און אפדעיטעט דורכ'ן "קו הציבור" טעלעפאן ליין פונעם רינדערכיגער יאקאב.
עס איז באמת א בושה, צו וואספארא נידעריגע דרגה די אזויגערופענע "דברי יואל" סאטמארער חסידים האבן זיך דערקייקעלט, אז פון איין זייט שטייען הונדערטער אידן און כאפן ביטערע שלעק, זיי זענען מחרף נפשם פאר כבוד שמים, את גוום נתנו למכים וחייהם למורטים, און פון צווייטן זייט שטייען אחינו ובשרינו וואס האבן געלערענט די זעלבע תורות פון רבי'ן זי"ע, און זענען געווארן אזוי אפגעקיקלט פון קנאות און מערכות ישראל.
און דער קנאי'שער ירושלימ'ער ציבור שטייט און וואונדערט זיך טאקע ווי אזוי עס איז דער חילוק און די אונטערשייד פון די צווי סאטמארער קהילות אין ירושלים, ווי איין קהלה שטייט שטענדיג בראש המערכה און די צווייטע קהלה פירט זייערע מערכות נאר דורכ'ן "קו הציבור" ליין
יעדער פרעגט, ווי ווייט וועט נאך זייער רבי אויס'שמד'ן זיין ציבור?
און פארוואס ? פאר פאליטישע אינטרעסן?
תוקן על ידי yuchw ב- 18/05/2010 01:39:40