נבלה נעשתה בישראל
די נקמה פון האדמו"ר מתולדות הארון
קעגען די יהדות החרדית בכלל און אתרא קדישא בפרט
ווי יעדער האט גהערט פאריגע וואך האט די מאמע פון ירושלים אונטער געשריבן א פלי בארגען מיט די פאליציי ווי זי האט זיך ערקלערט טיילוייז שולדיג אז זי האט אוסגעהונגערט איר קינד און האט באקומען א שטראף פון הויז ארעסט און זי טאר זיך נישט טרעפען מיט די קינדער אן א אנוועזינהייט פון די רווחה אגענטור וואס דאס האט ארויס געברענגט א מורעדיגע ווינדער ביי יעדען מענטש ווער זענען די קארפן קעפ וואס שטייען אונטער אזא פלי בארגען, ווער האט דא לצנות געמאכט פון די יהדות החרדית וואס ארויס געגאנגען און זיך מוסר נפש געווען למען די חשובע מאמע? און ווי איינער פון די הויפט עסקנים האט דעמאלס געזאגט מיר זענען מוכן ומזומן אוועק צו געבן דאס לעצטע טראפ בלוט אז די מאמע זאל ארויס גיין (כלשונו עד טיפת דם האחרונה), ווער האט דא אזוי לצנות געמאכט פון אונז און וואס זענען זייערע כוונות??????
ווי ס'שטעלט זיך ארויס און ווי מיר האבן מברר געווען ערשט האנטיג מקורות איז דא געווען א נבלה בישראל ווען דער ערליכער רבי וואס האט א קאמפליקט מיט אתרא קדישא און ר' דוד שמידל, פארוואס ער האט נישט ארויס געגעבן א חות דעת אז מע מעג ארויף גיין לכתחילה און מירון, נו וואס טוט מען? וויאזוי מאכט מען סדר פון אתרא קדישא און דער יהדות החרדית הנאמנה???
מע גייט מאכן א פלי בארגען, די פאליציי זענען גאר צופרידן פון דעם, אזוי איז די מאמע מודה זיי גייען אראפ פון בוים שיינערהייט, זיי האבן זיך צוגעכאפט צו דעם זייער שנעל, און דער באבא האט געמאכט די קנאים בכל מקומות מושבתיהם ללעג ולקלס, אז זיי האבן זיך געשלאגען פאר א מאמע וואס איז נעבעך קראנק און האט געוואלט הרגענען אירע קינדער, זי איז מודה. ושניהם נשכרים ביידע האבן באקומען וואס זיי האבן געוואלט מיט'ן קשר בוגדין און אזוי האט מען גוט צוגעפיקס'ט די אתרא קדישא מיט די יהדות החרדית.
און יעצט איז אנגעקומען אויך א אשקלון מעשה מיט קברים האט ער נישט געלאזט קיין איין חסיד זיינע גיין אויף די פראטעסטען, מען קען דאס נאכקוקן אויף אלע סייד'ס מע וועט נישט טרעפען קיין איין קאפטאן פון א תו"א חסיד דארטן, און זיי זענען אמאל געווען די ראשי הלוחמים, ער האט געשיקט א שליחות צו די צווי ראשי ישיבה און תו"א ישיבה אז טאמער זיי וועלן נישט אפשטעלען זייער העצע אז מע מיז ארויס גיין מוחה זיין הרב ק. און הרב פ. וועלען זיי אפגעזאגט ווערן פון זייער פאסטאן. אפשר וועט דאס איבער נעמען ש.ח.פ.??
דאס איז די טרוקענע פאקטן פון די קשר בוגדים, ובדרך הלצה קען זיין אז די פאליציי וועט אים געבען א הדלקה און אשלון ווי זיי וועלען אריין גיסן די אויל און ברענגען גענוג קעמרעס און פרענקען, אפשר וועט ער קומען מיט א באקס, ווייל ס'איז נישטא קיין קברים דארט.
דא האט איר צוויי לינק
די ערשטע ווי מע זעט די פייט פון דער באבא מיט אתרא קדישא איינס פאר אפאר חדשים צוריק שוין מיט דוד שמידל
די צווייטע ווי ר' אברהם פרוילך דער וואס האט גענומען אחריות אויף די מאמע און די צייט וואס זי איז ארויס פון תפיסה האפט אז די פלי בארגען, וואס ער זאגט האט די מאמע בכלל נישט געזען פאר'ן חתמנע'ן וועט דורך פאלן
http://rotter.name/cgi-bin/kolot/dcboard.cgi?az=read_count&om=21928&forum=prime
http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=16979&cat_id=1
http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=17020&cat_id=1
ליינטס גוט איבער די לעצטע צוויי לינק'ס
וואס צווישן די ווערטער זעט מען ווער ס'שטייט אונטער די נידערטרעכטיגע אקט,
תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 18/05/2010 01:19:20
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 18/05/2010 19:04:54