וואס טוט מען? ער האט א קראנק קינד רח"ל, הענגט ער ארויס א צעטל כאילו דאס קראנק קינד מאכט א הכנסת ספר תורה. עס לאזט זיך קיינער נישט איינרעדן אז דער קראנק קינד מאכט טאקע א הכנסת ספר תורה, דער קראנק קינד איז געגאנגען צום סופר באשטעלן? ער האט באצאלט? פון ווי האט ער געלט? בקיצור, דער טאטע מאכט א הכנסת ספר תורה און צו מאכן א מצב שרייבט ער כאילו זיין קראנקע זין איז גאר דער.
פון איין זייט איז דאס אסאך איטענטשאן פארן קראנק'ען ה"י, פון די צווייטע זייט באקומט דער טאטע מער כבוד ווי ביי א געוונטליכע הכנסת ספר תורה.
א נארמאלער מענטש האט נאך אזא זאך נישט געטון. וואס האט דא פאסירט? דער טאטע איז א הייסער אנהענגער פונם אהרוינישן פארטיי און מיט דעם וואס עס הייסט אז דער קראנקער בחור מאכט א הכנסת ספר תורה "צייגט דאס איבער" אז ר' אהרן איז געווען גערעכט מיט זיין פאבליק סקול, והא ראי', ווען וואלט דאס קינד געלערענט אין פאבליק סקול וואלט ער דאך געווען א גוי...!
וואס דער טאטע האט נעבעך נישט גענומען אין חשבון איז אז ליידער ליידער זענען דא צענדליגע און הונדערטער אזעלכע בחורים אין קינדער וואס לערנען "נישט" אין ר' אהרן'ס פאבליק סקול און זיי זענען גארנישט ווייניגער "אידיש" ווי דער בחורל נעבעך.
אבער די פאקט וואס דער גאנצער אהרוינישער פארטיי האט פארגעסן איז אז אין קרית יואל האט שוין עגזעסטירט א מוסד פאר די סארט קינדער "נאך איידער" ר' אהרן האט געפענט זיין פאבליק סקול ווי מען האט מחנך געווען די סארט קינדער צו תורה וי"ש פארשטייט זיך יעדעס קינד לפי דרגה דיליה. און אין פאקט עגזעסטירט נאך עד היום הזה די מוסד "חמלה ואמונה" אין קרית יואל ווי מען איז מחנך די סארט קינדער אן דעם וואס מען לאזט זיך אריין אין אלעס שאלות "כפירה".
דאס מערסטע האט נאך דער טאטע נישט גענומען אין חשבון אז טויזענטער אידן וועלן נישט וועלן עולה זיין אין א ספר תורה וואס עס איז דא דערויף א שאלה פון "ספר תורה שכתבו מין".