דער מנהל
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/05/2010 23:54:29
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 14/05/2010 23:54:29
עטליכע קארעקשאן'ס:
קודם כל, 7 חתונות נישט 5. נישט אז ס"איז א גרויסע נפק"ם צווישן 5 און 7, נאר סתם למען הפונקטליכקייט.
והשנית, עס האט זיך נאכנישט אפגעפונען דער מורה הוראה וואס זאל זאגן אז די קידושין זענען פסול. אפשר נישט קיין לכתחילה, אבער פסול זיכער נישט. (אפילו אין די תשובה פון רביה"ק זי"ע וואס דארט האט זיך טאקע גערעדט פון א מרא דאתרא וואס איז נתמנה געווארן ברצון רוב הציבור, און נישט קיין קהילות נפרדות, און דער רב איז געווען אן ערליכער איד, און דער מסדר האט נישט געהאט קיין הוראה, עכז האט דער רבי נישט געהאלטען אז די קידושין זענען פסול, און אפילו ער האט געהייסן למיגדר מילתא איבערצומאכן די קידושין, האט ער אבער נישט געלאזט מאכן א ברכה לבטלה דערוועגן, וויבאלד די ערשטע קידושין זענען חל געהעריג.)
כ'מיין אז די עם-הארצות און במזיד'יגע טשטוש הגבולין אין דעם ענין מעג זיך שוין אויפהערן.
דריטענס, פאר הרה"ח רבי ברוך נחום שווארץ שליט"א זעט צו מאכן ווי מער בזיונות; ער האט פארקויפט דעם זכות פון די בזיונות פאר א גוטן פרייז. אז עס וועט זיין וויניג איז עס א מקח טעות; איז עס א רחמנות אויף די אינגעלייט נעבעך וואס האבן זיך געלאזט קאסטן דערפאר.
|
|
|