היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » התאחדות: מאנטאג 2:00 דעמאנסטראציע אין מאנטהעטן

התאחדות: מאנטאג 2:00 דעמאנסטראציע אין מאנטהעטן

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2788328

yuchw » 14/5/2010 18:11

איבער די חילול קברים אין אשקלון


[בילד – נישט אפגעהיט]


די_אמת » 16/5/2010 23:48

מול הקונסוליא של "מדינת ישראל"???!!!
פארוואס קען מען נישט שרייבן ווי א איד, מול הקאנסול של "מדינת הציונים" "מדינת עמלקים" וכו'

כלהנערים » 17/5/2010 03:27

ער שרייבט יעצט אנדערש ווי אייביג?

די_אמת » 17/5/2010 06:57

נו, דאס מיין איך דאך

שארטקאט » 17/5/2010 17:36

דער עצרת איז נאר נאכגעמאכט דעם סבלן,

די התאחדות האט געמאלדן פאריגע וואך די עצרת אויף מאנטיג, ווייל זונטיג איז דער קאנסול פארשפארט, האט דער סבלן וואס איז די לעצטע פאר יאר נישט מיטגעשטאנען קיין איין מערכה וואס איז קעגן ציונים, צוליב דאס וואס די התאחדות הרבנים האט דאס פאררופן, און ביי אים איז די שנאה צו התאחדות גרעסער ווי ציונית,

האט ער אינמיטן די נאכט באשלאסן אז זינטיג וועט ער שיקן אפאר כולל אינגעלייט און מיט די פאר אפגעריסענע שוטים ווי לואב צוויבל וועט מען ווייזן פאר די ציונים וואס א כח מען האט, און אינאיינוועגס אין זיבעטען ריפ פאר התאחדות,

פאפיטא » 17/5/2010 17:44

טויזנטער בני הכולל און בעה"ב חשובים וועלן היינט מאנטאג 2:30 נאכמיטאג ארויסגיין אין די מאנהעטענער גאסן, פארנט פון ציוניסטישן קאונסילאט, צו א מאסן פראטעסט פאררופן דורך די התאחדות הארבנים דארב"ה וקנדא, וואו מען וועט אויסשרייען זעקת בני ישראל אויף די שענדליכע חפירות אין ארצה"ק, וועלכע לייגט אריין אין א סכנה אלע בתי עלמין פון איבער די וועלט!

יעדער וואס איז ערמעגליכט זיך צו באטייליגן ביים פראטעסט, טאר זיך נישט ארויסדרייען צו זיין א טייל פון דעם קידוש שם שמים.

באסעס וועלן אי"ה פארן פון אלע געגנטער. כ'וועל באלד ברענגן דיטאלן.

פאפיטא » 17/5/2010 18:39

סדר הבאסעס



פון קרית יואל:

ביהמ"ד הגדול ויואל משה דקהל יטב לב

בשעה 1:15


פון מאנסי:

ביהמ"ד הגדול דקהל ויואל משה

בשעה 1:30


פון בארא פארק:

53 קאר. 14'טע עוועניו

בשעה 2:00


פון וויליאמסבורג:

לי עוועניו העכער די הייוועי

ראטלידש קאר. בעדפארד

בשעה 2:00


פאפיטא » 17/5/2010 18:40

מי לה' אלי!



כל מי שרגליו עמדו על הר סיני

איז מחוייב ארויסצוקומען

היינט מאנטאג נאכמיטאג

פארנט פון ציוניסטישן קאנסול


על פי קריאת התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא
ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר מסאַטמאַר שליט"א

היינט מאנטאג בשעה 2:30


איש בל יעדר!

להרים קול מחאה אדירה

מסוף העולם ועד סופו

ובשם ה' נעשה ונצליח

שיףרבי » 17/5/2010 20:46

Israel Consulate , United States
800 Second Avenue
NY 10017
New York
USA
Phone:
+1-212-4995000
Fax:
+1-212-4995355
Website:
www.israelfm.org


ווער עס קען נישט גיין זאל כאטש רופען אדער פעקסן


קליפ » 17/5/2010 21:00

[בילד – נישט אפגעהיט]