היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גרויסער שבת און דינער אין לאנדאן!!

גרויסער שבת און דינער אין לאנדאן!!

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2788267

לאעליכם » 14/5/2010 14:23

אנשי שלומינו תושבי לאנדאן הבירה יצ"ו, גרייטן זיך בחדוה עילאה מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת קודש, בראשות דעם גרויסן גאסט הגאון הצדיק הרב ואב"ד דקהלתינו הק' שליט"א וויליאמסבורג יצ"ו.

דער רב שליט"א קומט צו פארן קיין לאנדאן אין צוזאמענהאנג מיט די גרויסע געלט-קאמפיין וועלכע גייט דארטן אן אין די טעג לטובת די קרן הבנין פארן ביהמ"ד הגדול והחדש דקהל יטב לב ד'סאטמאר, וואו מען שטייט ביי די לעצטע פאזע'ס און צוגרייטונגען בעפארן אנהייבן די פאקטישע בוי-ארבייט.

לכבוד דעם שב"ק קומען צו פארן צענדליגע בעה"ב ראשי ועסקני ופני קהלתינו הק' פון אנטווערפען יצ"ו.

*

אום זונטאג נאכט וועט פארקומען די "דינער ומעמד הכרת הטוב" פאר אנ"ש תושבי לאנדאן וואס האבן ארויסגעהאלפן ביז איצט, ועוד ידם נטוי' ביתר שאת פארן "וועד קרן הבנין" פונעם נייעם בית המדרש.

ביים דינער וועלן אויפטרעטן ווי פאלגענד: "אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו" הר"ר ישראל יצחק היימאנן הי"ו (אנטווערפען) יושב ראש  -  "השתלשלות המקח של הבנינים הגדולים" הרה"ח ר' אשר זעליג לעוו הי"ו בן הרבני החסיד המרומם ר' ישעי' זאב הי"ו  -  "תקופת אנטווערפען לפני המלחמה" הרה"ח ר' מנשה גראסבארד שליט"א מזקני הקהלה בלאנדאן יליד אנטווערפען  -  "מעלת וחשיבות בית מקדש מעט" הגה"צ ר' בעריש קאהן שליט"א ראה"כ סאטמאר אנטווערפען  -  "דברי ברכה" הגאון גאב"ד לאנדאן שליט"א  -  "גדול יהיה כבוד הבית הזה" הר"ר יעקב שרייבער הי"ו מגי"ש בביהמ"ד באנטווערפען. און צום לעצט מיט די צענטראלע דרשה וועט אויפטרעטן הגה"צ דער וויליאמסבורגער רב שליט"א, וועלכער וועט גלייכצייטיג איבערגעבן די שליחות הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.

די דינער וועט פארקומען אין א גרויסן זאל אויסער די שטאט (בערך 5-10 מינוט אוועק), און א גאר רייכע סעודה וועט זיין צוגעגרייט פאר אלע משתתפים. צום דינער וועלן ספעציעל קומען צו פארן מיט א באס אברכי קהלתינו הק' פון אנטווערפען יצ"ו.

אנשי שלומינו שיחי' תושבי לאנדאן גרייטן זיך מיט שפאנונג מיטצוהאלטן די געהויבענע מעמדים!


תוקן על ידי לאעליכם ב- 14/05/2010 14:25:07

ארגינעלער » 14/5/2010 14:47

דער גבאי הרב יעקב טעלער איז דא געבליבן לרגל דעם זכר וואס ער מאכט שבת איז גרויסן סאטמערן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג אויף הופער סטריט.

הולך_לבגץ » 14/5/2010 18:48

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


[בילד – נישט אפגעהיט]


הולך_לבגץ » 14/5/2010 18:50

[בילד – נישט אפגעהיט]



[בילד – נישט אפגעהיט]

לאעליכם » 16/5/2010 02:39

ילכו מחיל אל חיל גרייטן זיך הונדערטער אנ"ש צום גרויסן דינער וואס וועט פארקומען אום זונטאג נאכט!!

היראים » 17/5/2010 19:36

נעכטן האט מען אפגעשפארט די עיר פארט אין לאנדאן, אין די רב שליט''א האט נישט געקענט אהיימקומען
מ'האט שוין אנגעהויבן מאכען פלענער, ציצופארען צו אנדרע עיר פארטס, אבער היינט איז ב''ה אלעס ציריק אפען
אין דער רב שליט''א איז שוין אפען ערעפלאן.

ברוך הבא בשם ד'

קליפ » 17/5/2010 22:34

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 17/5/2010 23:08

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 18/5/2010 01:11

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 18/5/2010 01:11

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 18/5/2010 01:39

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 18/5/2010 02:16

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 21/5/2010 17:53

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 21/5/2010 17:54

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 21/5/2010 17:55

[בילד – נישט אפגעהיט]

קליפ » 21/5/2010 17:57

[בילד – נישט אפגעהיט]