פון ירושלים קומט די ביטערע בשורה די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון דעם צוקער זיסן אידל דער משמח אלוקים ואנשים ר' בן ציון דאווידאוויטש ז"ל פון די חשובע סאטמארע חסידים אין ארץ ישראל וואס איז אוועק אין זיינע אינגע יארן נאך א לענגערע מחלה.
ר' בן ציון האט געהאט א זעלטענעם חן, און געווען באליבט ביי אלעמען, טראץ וואס ער האט באלאנגט צו די אהרונישע פראקציע אינערהאלב די סאטמאר'ע קהילה איז ער דאך געווען א עכטער אהוב על כל, ער איז געווען גאר נאנט און געהאט א שפראך מיט יעדן פון ר' משה גבאי ביז מתתי' דייטש, פון רעבעצין סאשע ביז אליזער קעסטענבוים א.א.וו.
ער איז געווען א זעלטענער טיפ פון א פרייליך אידל, ער איז אייביג ארומגעגאנגען מיט א שמייכל, טראץ די שווערע יסורים וואס ער האט שטענדיג געליטן, ער פלעגט אסאך קומען אויף אמעריקע פאר רפואות און דאס גלייכן, איז אויסגעקומען פאר פילע סאטמארע אידן אים צו קענען, עס איז א גרויסע פארלוסט פאר אנ"ש.
די לוי' גייט ארויס היינט נאכט פון סאטמארן ביהמ"ד אהל רחל אויף רחוב יואל. ת.נ.צ.ב.ה.
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי המהדרין ב- 12/05/2010 20:02:38