אויפדעקונג: בריוו פון סאטמאר רעבעצין צו ר' יאנקל עסטרייכער
יעצט איז שוין רז"ל געהעריג ממלא מקום .
תוקן על ידי משגיחים ב- 12/05/2010 00:10:21
די וועסט מיזן מסכים זיין מיט מיר אז די תוכן איז אמת!
ענקער גאנצע גבורה איז פאשקעווילן און כתבי פלסתר, און דעם פנים טראגט עטס.
נאכן זען אז אלע רבנים איבער די וועלט קומען רעדן אין לערנען מיט'ן סאטאמארער רבי'ן און עס ווערט געדרוקט מדי שבוע בשבוע אין משלחן של מלכים, זענט עטס אויפגעקומען מיט א חכמה נפלאה צו מאכן א פאשקעוויל.
עס דערמאנט זיך אז ווען דער בארימטער ערפינדן וויליאם דזשעסופ פון ענגלאנד האט ערפינדן די ערשטע באן און מ'האט גערעדט פון די געוולדיגע חכמה איבער דער גארער וועלט
די פראנצויזן האבן געפלאצט אז די ענגלענדער זענען אזוי סאפיסטיקירט. האט זיך איין פראנצויז אנגערופן צום אנדערן, מיר וועלן ווייזן די ענגלענדער אז מיר זענען קליגער... מיר וועלן אונטערלייגן שטיינדלעך ביי די שינעס, און די באן וועט נישט קענען פארן, און אלע מענטשן וועלן זעהן אז די ענגלענדער זענען קארטאפל קעפ.
לענינינו.
די ארונים צייגן פאר די גאנצע וועלט וואספארע רבי'ן זיי האבן.
פון סיפורי צדיקים, חסידישע ספרים, גאונות, לומדות, בקיאות, היסטאריע, תולדות צדיקים, יחוס, מנהגי ישראל מדור דור, שמות נשים, וכו' וכו'.
קומען די זאליס און מאכן א פאשקעוויל, און צייגן אז זיי פלאצן.
דעם בריוו מיט סאשא איז די זעלבע זאך.
טוט עס ווייטער בשפע.
תוקן על ידי משגיחים ב- 12/05/2010 00:12:27
אז די זאליס פאשקעוויל צייגט באמת אז זייער רעבע:
איז גאנץ א קנאפער תלמוד חכם. קען נישט קיין תולדות ישראל, קען נישט קיין היסטאריע, קען נישט און ווייסט נישט טעמי ומנהגי ישראל, איז נישט עכט באהאווענט אין יחוס וגזע רבותינו הק', קען נישט אריינרעדן בשיחתן של תלמידי חכמים פון חסידישע ספרים ביז מעשה'לעך פון צדיקים, צי שיינע טייטשן ופתגמין קדישין.
בקיצור, א רבי א בור ריק וואס דאס איז זיין ריכטיגע אידענטיטעט.
א דאנק פאר'ן עס אזוי גוט כאראקטעריזירן אין אייערע פאשקעווילן.
טוט עס ווייטער בשפע.
רבי יונה, ווען דיין רבי'ס מודות מגונות וואלט כאטש געווען געלימיט.. אזוי ווי זיינע כשרונות.. החרשתי..
אבער צום באדויערן שטייען זיינע כשרונות אויף אים ווי א נזם זהב באף חזיר
ולולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ס'נישטא נאך א רבי אין די וועלט וואס זאל האבן אזופיל מתנגדים ווי ר אהרן טייטעלבוים און ס'יש דברים בגו..
|
איך מיין אז וועגן רעבעצין אלטע פיגא דארף איך דיר נישט זאגן פארוואס דו זאלסט איר נישט צוגלייכן, דו פלעגסט דאך נאך שרייבן אין פנים אל פנים וועגן איר גרויס רשעות און רציחה וכו', אלזא ברענגסטו געפערליך אראפ סאשע אויב דו זאגסט אז זי איז אזוי ווי אלטע פיגא.
און אפילו וועגן דעם רבי'ן ז"ל, לאמיר זיך נישט פאפן, ר' אהרן איז סאך גרעסער און הייליגער פון רבי'ן ז"ל, דער רבי ז"ל איז דאך סתם א קולט וואס אפאר דעפרעסטע אידן האבן אויך זיך מקבל געווען (עיין ערך סופרעמעסי), און ווען דו פרובירסט צו ברענגן מאמרים אז דער רבי ז"ל האט געזאגט אהער און אהין, און די זעלבע גילט היינט אויף ר' אהרן אויך, איז דאס גורע פונעם כבוד פון ר' אהרן. אלזא פאלג מיך און הייב אים אן קרוינען פאר מ"מ פון בעש"ט, און גלייב מיר; דיינע שעפסן וועלן דיר נאכטאנצן..
1) די טערמס און קאנדישאנס וויאזוי "איך" זאל קרוינען "מיין" רבי'ן דאס רעזערוויר איך די רעכטן.
א גרויסן דאנק פאר דיין פארשלאנג, אין ענגליש איז פאראן דערויף א ווארט: טענקס באט נאו טענקס.
2) איך בין דייקא א שטארקע אנהענגער פון הרבנית אלטא פיגא ז"ל. איך האב א נאמען געגעבן פאר מיין טאכטער'ל זז"ג על שמה אלטא פיגא תחי'. איך דענק אז דו פארטוישט דיך מיט עמיצן. ביטע צו קענטעניס נעמען.
א דאנק
דריי מיר נישט קיין קאפ, אדער בוסטו נישט דער זעלבער יונה, דיינע ספינס און תגובות זענען א ווינטל קעגן דעם אלטן יונה'ס טיפשות און פערדעריי. אדער בוסטו גאר דער זעלבער יונה נאר פון גרויס יואש רעדסטו נישט צום דבר. דאס איז אמאל זיכער קיין אנהענגער פון די רעבעצין ע"ה איז יונה קיינמאל נישט געווען, יעצט איז די שאלה נאר צו דו האסט א טאכטער בכלל, און אויב יא צו זי הייסט נישט נאך די בריסק באבע...
און אדאנק פארן נעמען אין באטראכט מיין פארשלאג וויאזוי מכתיר צו זיין דיין רבי'ן, און יא! דו האסט וואויל געזאגט, די רעכטען זענען רעזעווירט ביי דיר, און איך דאנק ג-ט אז ער האט געגעבן די רעזעווירטע רעכטן פאר אזוינע חכמים ווי דיר...
|
די גולם פון גולם-לאנד דער בעל דברי יואל האט געזאגט אפילו ער וועט זיין איינער אליינס מיט זיין שיטה קעגן ציונות, ער פערזענליך איז געווען ארויפגעקוקט ווי קענסטו אים מדמה זיין צו להבדיל אלף אלפי הבדלות אהרן טייטעלבוים וואס איז בעצם א פראסטער קל, דאס איז די התנגדות... נישט זיין שיטה ער האט נישט קיין שיטה
נאכאמאל, נישטא א רבי אין די וועלט וואס האט אזויפיל מתנגדים ויש דברים בגו.
מנהל פארוואס האסטו טאקע נישט אויסגעמעקט זיין נארישע תגובה...?