היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שמועס: משה פריעדמאן - יעקב שמשון גאלד!

שמועס: משה פריעדמאן - יעקב שמשון גאלד!

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2786971

הערטס_צו » 11/5/2010 05:33

א שמועס צווישן משה פריעדמאן מיט יעקב שמשון גאלד, און נאך איטליכע אנוועזנדע!



גאלד:
אההה, שלום עליכם משה! שוין לאנג נישט געזען! דרייסט דיך נישטא לעצטנס! עפעס גייט פאר?

פריעדמאן: לאמעך אפ, כ'האב נישט קיין געדולד צו דיר יעצט.

גאלד: וואסעט פאסירט?! עפעס אנגעשטרענגט?

פריעדמאן: איך בעט דיך לאמעך אפ יעצט!

גאלד: איך וויל נישט!

פריעדמאן: וואס וויל ער פון מיר?!

איינע פון די אנוועזנדע: משה, נעם עס נישט צום הארצן, לאך דיך אויס, די הונט בילט אבער די באן פארט ווייטער!

פריעדמאן: אבער ער לאט מיך נישט אפ!

דער אנוועזנדער: וואס וויל ער פון דיר?

פריעדמאן: ער וויל אייביג וויסן וואס ס'טוט זיך און איך האלט אים נישט ביים זאגן.

דער אנוועזנדער: יעקב שמשון, בארואיג דיך, מיר זאגט ער אויך קיינמאל גארנישט.

גאלד: ס'גייט מיך נישט אן! איך מוז אלעס וויסן!

דער אנוועזנדער: משה, זעסט נישט ער גייט צוגרינד? זאג אים.

פריעדמאן: בשום אין אופן!

גאלד: (מיט א קענטיגער כעס) איך רוף אהער ליפא!!

פריעדמאן: רוף!

איטליכע מינוט'ן שפעטער...

ליפא: וואס גייט דא פאר?

דער אנוועזנדער: גארנישט, זיי דא מיט מיר ווילאנג זיי קומען זיך דורך.

ליפא: איך מוז לויפן!

דער אנוועזנדער: איך בעט דיך!

ליפא: אקעי, משה! וואס גייט דא פאר?

פריעדמאן: גארנישט.

גאלד: ער לאט מיך ארויס פון די פיקטשער!

ליפא: משה! ער כאפט מיר באלד א הארץ אטאקע! זאג אים שוין!

פריעדמאן: נישט יעצט.

ליפא: דו ווילסט ער זאל קודם כאפן א הארץ אטאקע?! איך מאך מיט דיר אזוי, וואס די רבי וועט הייסן וועסטו טון!

פריעדמאן: ביזט א מעשוגענער.

ליפא: וואס זאגט די רבי?

דער אנוועזנדער: ער זאל אים יא דערציילן.

פריעדמאן: אקעי, די איינמאל וועל איך אים זאגן...   מ'זעמיר אויף צרות!.....


תוקן על ידי הערטס_צו ב- 11/05/2010 05:37:23

הערטס_צו » 11/5/2010 06:59




תוקן על ידי הערטס_צו ב- 11/05/2010 07:09:33

יעקב_שמשון » 11/5/2010 20:42

איך כאפ נאכנישט פונקטליך וואס די ווילסט דא, אבער אזויפיל זעה איך אז דאס איז א פאלטשע שמועס, ס'קען זיין זיי זענען אויף צרות, אבער דער שפטיווקער רעדט נישט אזוי איידל...


תוקן על ידי יעקב_שמשון ב- 11/05/2010 20:43:14