איך זעה נישט אזא גרויסע שמחה ביי די אהרונים ווי א צושאסענקייט ביי די זאלונים,
די אהרונישע שמחה איז נאר אז די זאליס שעלטן, די אהרונים פארשטייען אז פון
באקומען א פערמיט ביז באקומען דעם בנין איז א לאנגער מהלך, אבער די אהרונים
האבן דאס ביז יעצט אויך נישט געהאט במילא האט זיך לגבי זיי גארנישט געטוישט,
אבער די זאליס, וואס האבן דאס געהאט און בעלי באטעוועט דארט די לעצטע 10 יאר
און אצינד דארפן זיי זיך אזוי טראגיש געזעגענען דערפון, נא מאר נעילת החג, נא מאר
פסח סעילס, נא מאר סוכות, אלעס איז א פארגאנגענהייט, ועל זה דוה לבם, זיי זענען
אזוי דערביטערט אז ס'האט זיי ארום געכאפט א יאוש, זיי ווייסן נישט וויאזוי צו ריעקטן,
ביים בית החיים האט מען זיי איינגערעדט אז יוני דעם אכצעטן קומט אלעס צוריק,
דערנאך האט זיך געטוישט דער דאטום אויף סעפטעמער דעם פערטן, וחוזר חלילה
ביז זיי האבן איינערקענט, אז זיי קענען זיך געזעגענען פון בית החיים און זיי קענען נאר
זיין מאחורי הגדר ביי פאללאק, איז אינטער געקומען די פרשה פון רעבעצין שוהל, און
עודך האט מען פארקויפט פאר די נאאיווע זאליס אז ביז א וואך צוויי איז אלעס צוריק אפן,
איז אדורך איין וואך און נאך א וואך, נאך א חודש און נאך א חודש ביז זיי האבן ענדליך
איינערקענט אז זייערע פעטע יארן האט גענומען אן עק, און ס'איז א גלגל החוזר בעולם,
און ווי זיי רופן דאס אן, שיטנא נצח, און דער כח הס''מ (סאטמארער מנהיג) איז מנצח,
אלזא זענען זיי יעצט אינגאנצן פארלוירן, אין מנחם לה, זיי גלייבן שוין קיינעם נישט.
זיי זענען דערביטערט און צושאסן,
ןהשנית, דער לעיבל הולכי לערכאות והולכי לבג''ץ הציונים האט אנגעהויבן צו קלעבן,
זיי ווערן צוביסלעך אויסגעשפיגן אדער לכל הפחות אראפ געקיקט ביי כלל ישראל,
די אלע עלילת דם'ס וואס זיי האבן פראבירט ארויף צו ווארפן אויף די אהרונים האט געהאט
א פארקערטע רעזאלטאט, דער דימענד פאר אריזאנא מצות איז געשטיגן אויף טאפעלט
פון פאר א יאר, די פלייש פון דעם בית השחיטה המהודרת אין קרית יואל און פון טעקסעס
איז היינט אנגענומען ביי כלל ישראל אלץ דאס מהודר'סטע פלייש, מען קען פשוט נישט
נאכקומען דעם פארלאנג, און דאס איז א דירעקטער פועל יוצא פון זייערע אזוי גערופענע
שערורויות, און זיי קענען זיך פשוט נישט מוחל זיין פארן צו העלפן צום סוקסעס פון די
אהרונים, בלייבט נאר צו וואונטשן פאר אינזערע זאלי ברודער, המקום ינחם אתכם...