פרייטאג אפדעיטס
די זאליס זענען צוקאנאקט אויף שטיקער נאכדעם וואס זיי האבן פרובירט יעדן אייניציסטן טאג די וואך צו באקומען די פערמיט צו קענען פירן דארט נעילת החג שבועות, אבער מען האט זיי אפגעווארפען, זיי האבן איינגעלייגט זייערע גרעסטע כוחות און אייפער אז מען זאל זיי עס געבן, אבער זיי האבן גארנישט באקומען.
די נעילת החג צערעמאניע וואס פון דעם איז באשטיינען ביי די זאליס דער גאנצער יו"ט, דעמאלס איז יעדער זאלי געקומען צו זיין אפען פיקטשער, נאכן נישט אריין טרעטן גאנץ יו"ט, איז היי יאר איבער געדרייט געווארן פאר תשעה באב.
די נעילת החג צערעמאניע איז לא יפקד ולא יזכר, אין דער איד די וואך ווי ער באשרייבט די גרויסע ריזיגע מעכטיגע... ערוואטונגען פון שבועות ביי די זאליס, ווערט נישט דערמאנט קיין אות אחת פון נעילת החג, קיין מאפעס איז מער נישט דא, קיין ריזיגע צעטלעך נישט דא, אלעס געשטארבן, דער נעילת החג איז נהפך געווארן פאר סעודת המפסקת....
2) אין אנדערע נייעס די זאליס רייסן זיך איצט די האר פון קאפ, וואס בלויז 2 טאג פאר די אהרונים האבן ארויסגענומען זייער פערמיט, און די גאנצע זאלי חלום פונעם נייעם שול געגאנגען שלאפן, האבן די זאליס אפ געצאלט די מארגיטש פון 3 מיליאן דאלער, און עס איז געפיילט אלס אפגעצאלט, איצט איז מער נישט דא קיין שום מארגיטש אויף די בילדונג.
3) יחזקאל בראך וואס די זאליס זענען אים שולדיג 600 טויזענט דאלער וואס ער האט געבארגט פאר די זאליס, ווען די אהרונים האבן געוואלט אפקויפן די מארגיטש פונעם נייעם שול, און זייט דעמאלס זיצט ער מיט די געלט, דרייט איצט איבער א וועלט אז די זאליס זאלן אים שוין צוריק געבן זיין געלט, ער קאלט ר' זלמן יעדן טאג און מאכט קולות דרייט איבער אז די זאליס זאלן אים שוין זיין געלט צוריק געבן, ווייל איצט זעהט ער אז די נייע ביהמ"ד האבן די זאליס ממילא פארלוירען.
און טאקע איצט שטעלט זיך ארויס די סייעתא דשמיא פון דעם וואס די זאליס האבן אויסגעכאפט די מארגיטש פון די אהרונים.