גערעכט, דו ביזט אזוינס אפגעפליקט און אומבא'חן'ט אזש ס'לאט זיך גארנישט זאגן..., דיין הקדמה איז מעיד אויף דע תוכן וואס דו גייסט שרייבן – הפלא ופלא... ווער קען דען נישט שרייבן, אזוי וויא דו, "אפגעפליקט" "אומבאחנט" – איך קען דיר געבן נאך שיינע ווערטער – ליידיג פון דעקונג.
דא איז דא א איד אן עובד השם, אידן געדענקן נאך זיין עבודה פרייטאג צונאכטס נאך פאר ער איז נתגלה געווארן, ער איז אן אמת'ער ערליכער איד וואס האט זיך נישט געהאלטן ביים שלאגן מיט זיין קליינטשיגן ברודער וואס קען זיך פארשטעקן פאר אים הן ביראת שמים,בעניווות, און מיט אהבת ישראל, ביסטו דער רבונו של עולם? ווער האט דיר געגעבן דע עקוויפמענטס צו מעסטן יראת שמיים? קענסטו מיר געבן אן אדרעס אוואו מען קען קויפן דעם "טעלעסקאפ" צו זעהן דע עניוות? דער תוא"י האט אין זיך נישט קיין פינטל שקר, ביסטו א מומחה אויף צו קענען שקרים? נישט סתם שקרים – דו פארשטייסט אויך אויף א "פינטל שקר", איך מיין אז דו ביסט נישט קיין יליד אשה בכלל, אזוי ווייט קענסט בוחן זיין מיט דיינע פליישיגע אויגן – געוואלדיג. - און ס'איז נישט געווען קיין חכמה צו געווינען א גשמיות'דיגן געשלעג מיט אזא איד.
איין חטא האט ער געהאט, אז זיין טאטא האט אים געשוקט אויף וויזניץ לערנען, יעצט שטעלט זיך די פראגע,
וועט זיך איינער טרויען צו האבן טענות אויף זיין טאטא אויך?! דו מיינסט אז איינער רעדט זיך איין אז דו קענסט היסטארי? אוי ביסטו ווייט פון דעם, מיינסטו דען אז דער תוא"י רבי האט עפעס א חטא? ח"ו, קיין שום חטא, נישט וויזניץ – נישט קנאות – ער איז א אמתער ערליכער יוד, נאר וואס דען – עס זענען געוועהן בשעתו 70% פון תו"א – וואס האבן אים נישט געוואלט אלס "זייער" רבי, געגליכן אטאפ צו א דעקל – די דעקל פאסט נישט צום טאפ – קענסט האלטן אנדערש – קענסט אפילו האלטן אז עס פאסט יא – עס פאסט אפילו בעסער – דער פראבלעם דיינער איז, אז רובו ככולו פון תו"א – האבן געהאלטן פארקערט.
נאר וואס דען, זיין טאטא האט נישט געהאט די געלעגנהייט צו זיין אן ארוני... ווייטער ארויני...... וויא קומט דאס אריין דא פלוצלונג? ווילסטו אויפן וועקן איימיצן דא פון פארום? זוכסטו הילף?
און דו גערעכט, גיי דיר מיט דוד'ן אינאיינעם אין קינדער פורום, איך וואלט געוואלט מאכן א אויספרעג אין אקסטערן אשכול, צו דו מר "באגאצניק" ברענגסטו כבוד פארן פארום דא - אדער דע פארקערטע.