היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » זוכט איר סיי וואספארא ספר? אוצר הכחמה אנליין!

זוכט איר סיי וואספארא ספר? אוצר הכחמה אנליין!

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2785299

זעליג_כהן » 6/5/2010 01:28

ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט פארוואס זיי זאלן מסכים זיין ווייל ווער זאל עס קויפן נאכדעם וואס ס'איז דא אומזיסט?
http://www.otzar.org/wotzar/otzar.asp

מאנדרויער » 6/5/2010 02:00

יישר כח זעליג, האסט באשיינפערליך "געמאכט א תורה רעוואלוציע"

jwriter » 6/5/2010 02:58

ער לאזט דיר נאר קוקן 40 פעידשעס פון א ספר אויך געט ער דיר נישט אלע רעזאלטס ווען די מאכסט א סיערטש, ער געט דיר עס נאר פאר פרי אז די זאלסט ווערן דארט אימבאקוועם און זאלסט קויפן מעמבערשיפ וואס דעמאלטס קענסטו אלעס האבן אנליין וואס דאס האבן זיי שוין געהאט ביז יעצט אויך,
די בעסטע איז http://www.hebrewbooks.org וואס האט אויך בערך די זעלבע סך ספרים (כמעט 42,000) און איז גענצליך בחנם אפילו צו דאנלאודן, זיינע געסקענטע ספרים זענען אויך אסאך קלארער,  זיין הארדרייוו (פאר ווער עס וויל עס ניצן אן אינטערנעט) קאסט נישט מער ווי $100 וואס די זעלבע ביי אוצר החכמה קאסט א ערך פון $2,000. 

תוקן על ידי jwriter ב- 06/05/2010 03:07:41

זיבענבערגן » 6/5/2010 06:36

תיקון טעות! "היברו בוקס" קאסט שוין היינט $120

הנגיד_רבי » 7/5/2010 04:40

מ'קען זיך וועלן וועלכע 40 עמודים אדער נאר די ערשטע 40?

jwriter » 10/5/2010 18:19

זיבענבערגן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
תיקון טעות! "היברו בוקס" קאסט שוין היינט $120

שוין, זאל זיין $120, אבער סאיז נאך אלץ א נישטיגע סומע קעגן אוצר החכמה'ס .$2000,
  און אנליין איז עס גענצליך פרי אן קיין שום לימיטס

jwriter » 10/5/2010 18:20

הנגיד_רבי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מ'קען זיך וועלן וועלכע 40 עמודים אדער נאר די ערשטע 40?

נאר די ערשטע 20.