טייערער העלד, ארגינעלער, נפל, דוד46 ושותפ'
לויט מיין פארשטענדעניש איז באמת נישטא קיין זאך פערזענליך אנטקעגן די התאחדות הכשר, נאר ליבערשט אנטקעגן די התאחדות הנהגה. ווען די ארוינים האבען געמאכט די טעקסאס שחיטה דאן איז קיין פארלאנג געווען אז מען זאל צוליב זייערע חומרות אראפנעמען די הכשר פון אב"ד נירבאטור שליט"א,, נאר, מען האט מוסיף געווען חומרות. וואס ווי איך האב געהערט פון א יאטקע אויפזעהער האט זיך נירבאטור רב שליט"א זייער מתמרמר געווען אז ער וואלט ווען אויך געדארפט מוסיף זיין די אלע חומרות, און איך שרייב דא "חומרות" ווייל דאס איז זיכער אז דעם נירבאטור רב'ס השגחה איז זייער גוט.
אצינד התאחדות: ר' הלל וויינבערגער שליט"א איז באמת א וואוילער איד און ער לעבט נישט אויף טשעפענען, אבער די ארוינישע הכשר באדערט אים געפערליך און עס נעמט אים ארויס פון גלייכגעוויכט - אזש ער הייבט אן צו רעדן זאכען וואס ער וואלט סתם אזוי נישט געזאגט, און אפילו נאכען רעדן איז ער פיל מיט חרטה געפילען - ווייל ער זעט דאס אוואו א קאנקורענט, ווי למשל, זאלען וואס האבען התאחדות הכשר לאזט ער נישט אריין קרית יואלער פלייש,טראץ וואס זיי קענען קומען קוקען די שחיטה סיי ווען, לעומת זה ווען וועד הכשרות פון ק"י האט געוואלט גיין קוקען די מעלק פון גאלדען פלאו דאן האט זיך התאחה"ר געשטעלט אויף די לענג און די ברייט דאס נישט צוצולאזען. אלזא, אויב איז מיין הכשר נישט גוט פאר דיר טראץ וואס מען לאזט אריין קוקען צו יעדע צייט, דאן ענקער הכשר וואס מען לאזט אונז נישט קוקען וויאזוי עס גייט צו, און לאמיר שוין נישט רעדן פון לייגן א כשרות שטעמפל קענען מיר דאס נישט געטרויען.
דער ארטיקל רעפרעזענטירט מיין אייגענע מיינונג און איך בין נישט קיין פארשטיער אדער א קעגנער פאר קיינעם וואס ווערט באשריבען דא.
לחיים לחיים