היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בשורה טובה למדקדקי כשרות בק"י

בשורה טובה למדקדקי כשרות בק"י

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2784773

נוטראלער » 4/5/2010 22:14

בס"ד

בשורה טובה למדקדקי כשרות בק"י

מיט גרויס פרייד ווילן מיר מעלדן פאר אלע חשובע תושבי קרית יואל, וואס זענען מדקדק בכשרות, אז עס איז דא ב"ה צובאקומען אין קרית יואל מאכלים מיט די גאר גוטע הכשרים.

 

פיש

קרית יואל פיש געשעפט (גרינהוט)

תחת השגחת וועד הכשרות דקיט"ל (מהרי"י)

 

בעקערי

פאלאטשעק'ס בעקערי

תחת השגחת וועד הכשרות דקיט"ל (מהרי"י)

 

לאקשן

וויינשטאקס לאקשן

תחת השגחת וועד הכשרות דקיט"ל (מהרי"י)

 

קעיטערינג

הערשקאוויטש היימישע קעיטערינג

תחת השגחת וועד הכשרות דקיט"ל (מהרי"י)

 

מילכיגע רעסטעראנט

יוסי'ס קאפעי

תחת השגחת התאחדות הרבנים

 

שבת'דיגע מאכלים

שפע עפעטייזינג

תחת השגחת התאחדות הרבנים

 

פלייש

הצלחה פלייש געשעפט

תחת השגחת וועד הכשרות ד'בני יואל

ותחת השגחת וועד הכשרות דקיט"ל (מהרי"י)

 

מנחם_מענדל » 4/5/2010 22:28

זייער גוט ארויסגעברענגט.

די אלע וואס זוכן א התאחדות-הרבנים-סטאנדארט אין כשרות וועלן עס קענען באקומען אויך ביי די זאלי השגחה וגו'....

אייגנטליך, די בעקערייען און פיש סטארס וועלכע לייגן די השגחה פון די זאלי-כשרות, האבן אויך די השגחה פון ועד הכשרות קר"י, סך הכל האבן זיי "א טובה געטוהן די פארטיי" און "אויך" גענומען זייער הכשר (לייען: געלאזט לייגן זייער נאמען...)
נו אויב אזוי, ווייס איך נישט צו א זאלי מעג דאס אין מויל נעמען, ווארום דאס האט דאך אויך א גוטן הכשר, איז עס דאך א העכערע סטאנדארט ווי התאחדות. נישט אזוי?

allgood1s » 4/5/2010 22:45

און וואס איז מיט שירה גרעיפ דזשאס?

וואלןסח » 4/5/2010 23:42

יישר כח נויטראלער, האסט אויסגערעכנט איין סטאר וואס האט די השגחה פון האתחדות (און לכאורה נישט פון וועד הכשרות) און איך פלעג דארט אסאך איינקויפן

יעצט וויס איך איך דארף אוועקשטיין פון דארט

און איך בעט דיר, אויב ווייסטו פון איינער פון די געשעפטן מיט די השגחה פון התאחדות וואס האט אויך ועד הכשרות ביטע לייג עס צו, ווייל פארוואס זאל יענער סתם שאדן האבן, איך פלאן בל"נ מער נישט אריינצוטרעטן דארט

belony » 5/5/2010 00:00

נוטראלער (...) מען קען באקימען ביי די אלע געשעפטען די שירה גרעיפ דזשאס??? איך זיך עס וויכטיג...

דיןתורה » 5/5/2010 00:49

כ'האב יעצט באשטעטיגט די אלע געשעפטן וואס שרייבן אז זיי האבען די הכשר פין וועד הכשרות דקרית יואל אדער וועד הכשרות דקיט''ל קרית יואל
האבען אלע געהאט ביז היינט די הכשר פין קהל יטב לב מהר''א אין קיינער פין זיי האט נישט אראפגענועמן די הכשר

אריינגערעכנט וויינשטאק'ס פערפל, ויאכלו ענוים וישבעו

אז איינער וויל דוקא לייגען נאך א הכשר וועגן ביזנעס אדער פאליטיק אד''ג, מהיכי תיתי.


תוקן על ידי דיןתורה ב- 05/05/2010 00:52:50