צום ערשטען יארצייט פון הגאון הגדול ר' מאיר בראנסדופער זצוק"ל וואס איז געווען דער לעצטער פון דעם דור וואס האט נאך מקיים געווען דעם לא תגורו מפני איש אן קיין שום חשבונות און אין זיינע יארן וואלט נישט געקענט פארקומען אזעלכע זאכן און די עדה החרדית פון אים האט די הנהלה מורא געהאט אזויויי זיין זין דער רמב"ם (ר' משה בן מאיר) האט געזאגט ביי די לוויה ברמז וויפיל די הנהלה האט זיך מיט אים געשלאגן וויל איך אביסל בעטען די שרייבער ווער ס'געדענקט א מעשה וואס דער גאון ר' מאיר האט מקיים געווען דעם לא תגורו זאל דאס ביטע אראפ שרייבן למען ידעו דורות האחרונים די מסירות נפש פון דעם איד אויף א מצוה און די תורה ולא תהדרפני דל ולא תשא פנים במשפט נישט קיין חילוק צו ער האט 100 חסידשים 1000 חסידים און מיליון חסידים
די ערשטע מעשה איז געווען ווען דער תולדות אהרן רבי ז"ל איז אוועק אין די לופט און ירושלים און און די עדה החרדית האט געבלאזען קעגען תולדות אברהם יצחק רבי האט ער געווסט אז מוטן גיין צו תולדות אברהם יצחק רבי וועט ער דערלייגען דעם גאב"ד בענקעל (ווען נישט וואלט ער געווארן גאב"ד אנשטאט ר' יצחק טוביה) דאך האט ער געווסט דעם אמת און מקיים געווען דעם לא תגורו נישט געקוקט אויף זיך נישט אויף זיין פאסטן נאר געטוהן וואס די הלכה הייסט
די צווייטע מעשה וועל איך שרייבן ברמז דאס איז די מעשה מיטן גט פון נכד האדמו"ר מספינקא - טשערנוביל און נכדת האדמו"ר מוויזניץ - מאנסי ליודעי ח"ן ווייסן פון וואס איך רעד
און איך בעט ווער ס'האט נאך מעשיות זאל ביטע שרייבן אדער מיר שיקן א אישי אדער א אימייל