תוקן על ידי המהדרין ב- 03/05/2010 21:08:07
דריי חתונות געקענסלט אין בני יואל האל, עטרת מאיר צבי
לויט ווי איך קען די אהרוינישע מעשיות איז די אמת בערך אזוי: עס האלט שוין ביי 3 משפחות וואס האבן געוואלט חתונה מאכן ביי בני יואל, און בני יואל האט זיי אפגעזאגט ווייל ס'איז שוין נישט דא קיין אפענע דעיטס..
טעות נומ. 1: אלע דריי האבן באקומען א דעיט אין בני יואל האל, און נאכן מפרסם זיין אז זיי גייען דארט חתונה מאכן האבן די זיידעס געזאגט אז זיי קענען דארט חתונה מאכן בכבוד גדול נאר זיי -די זיידעס- און א גרויס חלק פון די משפחה וועלן זיך נישט באטייליגן, האבן זיי בדלית ברירה געטוישט, איינער קיין מאנסי און צוויי קיין וויליאמסבורג.
טעות נומ. 2: האסט געלייגט א פארקערטע האנד... [בילד – נישט אפגעהיט]
נאר וואס דען פרעג א קשיא אויף א.............חלה דעקל
|
אין אנדערע נייעס. איבער פופציג חתונות געסקעדזשלט אין די אהרונ'ישע חתונה זאל פרדס האבן גע'קענסלט נאכדעם ווי די מחותנים האבן קלאר געזאגט אז זיי נעמען אן דעם פסק פון גדולי דורינו אז מען דארף כשר'ן די כלים צוליב די טריפה פלייש וואס מען האט דארט סערווירט. האבן די פופציג באשלאסן דאס צו קענסלען און אריבער פירן די חתונה צום נייען זאל פון בני יואל אדער קיין מאנסי, וומסב"ג מיר וואונטשן די דאזיגע מחותנים, זיי זאלן חתונה מאכן בשעה טובה ומוצלחת און זען ביי זייערע קינדער פיל נחת.
תוקן על ידי סאטמארפלעק ב- 03/05/2010 22:43:52
אבער פארגעס נישט היינט איז א גרויסער טאג... מען זאגט גאנץ הלל... ווייל מען האט געקענסעלט 3 חתונת..
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 04/05/2010 00:05:15
נישט געוויסט ווי זיך אהינציטין פאר חרפה אין בושה
אפילו די בני יואל אליינס ציען שוין צירוק פין זייערע אייגענע חתנות אין די הייליגע זאלען פין בני יואל
אלעס ווייל דער בערקאוויטש האט עס געאסערט
אין יעדער איז דערשראקען געווארען ביז גאר
ווייל דאס איז דאך דער ערשטער מאל וואס ער אסערט עפעס
איי וועסטי פרעגען וואס איז מיטען איסור פין אנפאנג טאקע אויף די הייליגע מוסדות
דאס וועט לכאורה בלייבען אים פארענטפערט לויט דעם געלינקטער פארדרייטע סברא
אין אויך ווערט גלייך שווער פין וואנעט זאל ער וויסען נעמען אין טאקע נאר ער
אין אויך ווי ער פארציילט מיט אזא זאפטיקייט אין געשמאקייט אז אלעס איז וועגען די זיידעס
זיי האבען געסטראשעט אין רוב פין די משפחה
אויך ממש איך בין געווארען צירידערט פין די דאזיגע ליגענטס
אויך איז מיר שווער געווארען פין וועלעכע זיידעס טיט מען דא רעדין
אפשר אפרים שמואל פעלדמאן
לכאורה
ווייל ער איז נישט געגאנגען צי זיין איינקעלס חופה אין מאנסי אין וויזניטץ ווען הרר" אברהם לייטנער איז געווען מסדר קדושין דארטען
אבער דער טאטע אין מחותן האבען זיך גאנץ ווייניג דערשראקען
דעמאלטס אין וואס איז היצטער געשען
ביז איך האב גענדיגט מיין טעלעפאן קאל צי דער וואס פארדינגט דעם זאל זאגד ער
קיינער האט נישט געקענסילט גארנישט
אויסער ר' מייער וואס זיי האבען אויך נישט אוועק געשיקט ער האט עס געטין פין זיך אליין
קען זיין אז אינזער פערד ווייסט בעסער
וואס ווייס איך
אבער דאס קען איך פארציילען וואס איך האב געהערט פין דעם וואס פארדינגט דעם זאל אין אויב וועט ער קימען מיט נעמען וועל איך אים אויך נישט גלייבען ווייל ער האט נישט געזען דעם ליסט אין אויך האט ער מן הסתם קיינמאל נישט געזען דעם יוד וואס פארדינגט דעם זאל צי בכלל קענען רעדין אז ער ווייסט נעמע
נאך אמאל לאמיר קלאר מאכען איין זאך
אויב א בני יואל יוד מאכט נישט חתונה דארט מיינט נאכ נישט אז ער האלט ווי דעם בערקאוויטש
עס קען זיין אסאך אנדערע סיבות
למשל א זיידע איז צי שוואך ארויס ציקימען
אדער דער אנדערע מחותן באצאלט די גאנצע זאך
אדער די כלה קימט פין א אנדערע שטאט
דאס מיינט נישט אז איינער האלט זיך צירוק בכלל
ווייל קיין שום בני יואל קיקט ניטאמאל אויף דעם בערקאוויטש'ס זייט ער האט אויך אינטערגעשריבען אקעגין אינזער מוסדות
אין אינז האבען זיך גאנץ ווייניג דערשראקען פאר עם
ער איז נישט מער ווי א באצאלטער דיין
אין ווער רעדט נאך פין לאויב
מן דכר שמיה.
אין אויך וואלט איך געוואלט ארויסברעגען אז עטץ ארוינישע דעקעלעך טארען ניטאמאל קימען צי אינזערע שימחת ווייל ענק דארפען אוועק שטיין גאנצע ד' אמות
אין וואס וועט דאס העלפען א אנדערע זאל
נא ענטפער
ווייל איך וועל דיר ענטפערין
די ביזט א פרעכער פראסטער ליגענער
נב. איך בין נישט יעצט אינעם אמבעלאנס אין אויך נישט אין שפיטאל
אז די מיט דיינע חבירים זאלען יעצט מיר ענטפערין אז אין בין אינגאנצען צידרייט געווארען
|
עפעס האט מיין ידיעה זיי געטראפן ווי א דינער, גיט א קיק ווי זיי זענען צושפרינגען געווארן, איך האב בלויז דערציילט א שטיקל גאר קראנטע נייעס, דאס מאכט נאכנישט צו זייער טרפה'נעם זאל, דער מחוצפים קלאב האט נאכנישט באנקראטירט, רובא דרובא שונאי סאטמאר וועלן ווייטער דארט חתונה מאכן, אויב מעג מען פרעסן חמציגע מצות, אויב מעג מען פרעסן שאלות'דיגע פליישן, אויב מעג מען גיין אין ערכאות העכו''ם יעדן צווייטן טאג, אויב מעג מען זיצן אין בג''ץ הציוני, אויב מעג מען טוישן די זאלץ טראץ דעם קפידה פון בעל דברי יואל זי''ע, אלעס נאר להכעיס רבי אהרן, וואס מאכט שוין אויס עפעס א תשובה'לע פון בעל דברי יואל, בארוהיגט אייך, דריי קענסעלעישאנס אדער אפילו דרייסיג קענסעלעישאנס וועט נאך אלץ נישט אפשפארן דעם זאל, און פגום'ע קינדער איז ביי אייך קיין שום מעלער נישט, ווייל איר זענט שוין געוואוינט צו זיין מיט א פגום, סא שפרינגט נישט, טאנצט נישט, שעלטס נישט, מען רעדט דא נישט פון קיין אלטן זיידן וואס איז נישט בכח ארויס צו פארן קיין קרית יואל, ווייל איין זיידע וואוינט אין קרית יואל, און איין זיידע איז נאך גאנץ יונג און גייט און קומט געהעריג, און דער דריטער זיידע, איז גרייט ארויס ארויס צו פארן קיין קרית יואל אינעם כשר'ן (הייליגן) זאל, אדער אפילו קיין מאנסי, אבער נישט אין געאסר'טן זאל, מען האט קיינעם נישט געסטראשעט, מען האט קיינעם נישט טעראריזירט, א קליינער פ]סק פון הגאון הגדול רבי געציל בערקאוויטש שליט''א, האט דאס אנגעמאכט.
די נאמבער דריי
נעם ציזאם אלע פאקטען וואס איך האב דיר ארויסגעברענגט אז דאס מיינט נישט אז ער האט מורא דארט צי מאכען א חתונה
אין מאך א גאנצע מעשה
אדרבה
ברענג א נאמען פין נאך איינעם אויסער מייער
אדער שיק עס מיר אין אישי אין איך וועל דיר אויפווייזען וואסארא ליגענטס די זאגסט נאא לאמיר זען וואספאר אמת די רעדסט
איך האב געשיקט אין אישי איין נאמען אויסער מאיער און איך קען שוין קוים ווארטן אויף דיינע זיסע פשעטליך פארוואס דאס הייסט עכט נישט צוריק געצויגן, דער האט געגעבן א דעפאזיט פאר בני יואל זאל, און נאך דעם וואס א זיידע מצד השני האט קלאר געזאגט אז ער גייט זיך נישט באטייליגן ביי די חתונה כפי פסקו פון הגאון הגדול רבי געציל שליט''א האט ער בדלית ברירה געטוישט קיין וויליאמסבורג, איך האב דאס מברר געווען הונדערט פראצענט.
אבער עכ"פ שיק מיר די נאמען אין אישי, און איך וועל דיך אויפווייזען ווי נישט גערעכט די ביסט.
איך האב יעצט גערעדט מיט ר" שד"ב טרייענדיג צי געוואר ווערען אויב עס איז אמת פין וואס די רעדסט
הער א ענטפער וואס ער האט מיר געגעבין איך האב בכלל נישט געהאט א פלאן דארט צי חתונה מאכען ניטאמאל געדינגען דעם זאל
צי קיינעם נישט גערעדט דערוועגין
גארנישט געקענסעלט אין דריי נישט קיין קאפ
למעשה האלטן מיר ווייט פון א עולם התיקון, ס'זענען נאך אלץ דא פלענטי מחוצפים און עזות פנימער, איך פארשטיי נישט וואס איר שפרינגט אזוי מיט דריי קענסעלעשאנס, איר וועט דארט האבן פלענטי חתונות, און ענקערע מוסדות וועלן האבן פלענטי פגומים, מאכט נישט קיין ביג דיל פון אפאר פחדנים וואס שרעקן זיך אזוי פון עפעס א אלטן זיידע.
ר' שד"ב האט דאך געסקעזשעלט דעם זאל שוין נאכן הערן דעם פסק ר' געציל פאראיאר זומער, נו אויב וויאזוי דו שרייבסט אז ער האט זייער מורא פון דעם דעת יחידי פארוואס איז ער נאך געגאנגען סקעזשלען און קענסלען?
אלא מאי, ער איז פשוט נישט אינטערסירט יעצט פעינטיג צו מאכן זיין נייע אדיסי
--
גערעכט...!
תוקן על ידי סעננדר ב- 05/05/2010 00:39:44
אין דריי נישט דעם קאפ מיטען רביןס בריוו וואס האט דא נישט קיין טראפ שייכות
ווייל דער רבי שרייבט נישט דאס ווי שוין אויפגעוויזען אפאר מאל
אין אויך איז גאפאסקענט געווארען דירעך אלע סאטמארע דיינם אז עס איז מיתר לכתחילה
אויסער איין לץ בערקווויטש וואס האט באקימען זיין גרעסערען פעי ראלל טאקע יענע וואך
וואס קיינעם אינטרעסירט נישט וואס ער האט צי זאגען
אין דאס וואס די זאגסט אז די האסט גערעדט מיט זיין ווייב ביסטי א ריזעגער ליגענער
אין דאס וועט נישט זיין דיין ערשטער ליגענט
און זאג מיר ווען דו ביסט גרייט צו אנהייבן דיסקאסן דעם דריטן פערשוין וואס האט געקענסלט, איינס איז מאיער, דער צווייטער איז דאך אינזער מדובר שד''ב, און דער דריטער איז...... זאג מיר ווען דו ביסט גרייט. [בילד – נישט אפגעהיט]
ערשטענס איך קען קוים ווארטען אויפען דריטען נאמען
ווייל נאך וואס די וועסט ווערין אפגעפרעגט דאמאלטס וועסטי מן הסתם אריינשיקען דיין עפענטליכע רעזעגנאציע אין מיין דף אישי
אין נאך דעם שיקען מעסידשעס יעדען צווייטען טאג פינקטלעך וואס סהאט פאסירט מיט דיין אנדערע ניק פינעף שטאקיגער
אדער דיין חבר
די וועסט מן הסתם טין פינקטלעך וואס ער טיט זיצט דא א גאנצען טאג אין דער נאך אריבער טראגען צים אנדערען טאטע פירום
עני וועס ביטע זיי אזוי גיט אין זאג מיר דעם דריטען לאמיר הערען א פרישע ספין
אין מיטען פאריגען ביסטי אפגעפרעגט אינגאנצען ווייל יעדער קען עם גיין פרעגען וואס ער האלט פארוואס ער מאכט נישט די שמחה אין בני יואל.
אין דאס וואס די שרייסט ער איז א פארברענטער בני יואל דארטען שרייסטי זייער הויעך אז די האסט מיט דעם מאנטש קיין שום פארקער
די האסט מיט אים קיינמאל ניטאמאל גערעדט
איך גיי דאס דיר נישט מסביר זיין אבער ווער עס קען אים פארשטייט פין וואס איך רעדט
אין איך וועל דיר זאגען נאך מער
ווען די נייע זאל וואלט שוין געווען גרייט אויף לארקין וואלט ווען דאס געווען דארטען אן א שום ספק
אין בערקאוויטש דער מאכיל נבילות יטריפות וואלט עם נישט געקענט אפהאלטען אפילו ער אליין ריפט אים
זיינע פסקים זענען נישט מעלה ומוריד פאר קיין שום ערליכער יוד
נישט הייב אן שרייען קראנקע בני המן מיט זאליס
דאס מאכט דיר נישט אויס ליגענער
|
משה'לע יו מעיד מיי דעי!!! איר שמיסט אייך נישט גיט אפ, קודם האט ער געוואלט מאכן לכתחילה די חתונה אין וויליאמסבורג ווייל ער וויל נישט מטריח זיין די זיידעס (וואס וואוינט גראדע אין ק''י) נאכדעם, -הערט גיט צו- אויב וואלט דער זאל אויף לארקין פארטיג געווען וואלט ער דארט חתונה געמאכט, יא? שטימט? דער פראבלעם איז דוקא "דער" געאסר'טער זאל? האט שד''ב אנגענומען דעם איסור אויף די בני המן? (סארי, די בני יואל!, איך וויל דיך נישט אויפרעגן!) עפעס זענט איר זיך סותר פון מינוט צו מינוט, למען האמת, דארפסטו נישט דעם דריטן נאמען, ווייל דו קענסט אנהייבן צו לייקענען און באקן מעשיות אום געוויסט, דער דריטער נאמען איז בכלל נישט מעלה ומוריד, דאס ליצנות םון דיין ספין מיט שד''ב, מאכט דיך ללעג ולקלס אפילו ביי דיינע זאליס, ביסט א לוזער פון די ערשטע קלאס, אנשטאט דו זאלסט רעדן פון די וועלעכע מאכן דארט יא חתונה, טראץ די קעגנערשאפט פון זייערע משפחות און אפילו פון זיידעס, וואס איך ווייס פון צוויי נעמען, אבער ווי שטייט ביי המן? כל זה איננו שווה לי, שד''ב איז דיין פראבלעם, און ביסט גרייט עם צו מאכן אויס בני יואל, און מיך צו מאכן פאר ליגנער, אבי צו בארוהיגן דיינע נערוון, און פאקט בלייבט פאקט, אז האסט געמאכט א גאנץ שוואכן דזשאב, דיינע סתירות און נארישע תירוצים האט דיר נישט געהאלפן, גלייב מיר, נאך אלעמען, שוין איך דיך, איי פיל יור פעין.
פארוואס האט שד"ב געסקעזשלט שוין נאכן איסור (פאר די פעינט), און פארוואס האט ער פלוצלינג געקענסלט (נאך די פעינט) מיטן איסור, (פלאס 10 מתירים)?
ביטע ענטפערן איינמאל לאגיש אנא קללות,
ישר כח
הק' סענדער
|
איך האב געשריבן אין מיין ערשטע הודעה, אז אזוי ווי עטליכע נאנטע משפחה מיטגלידער האבן מחליט געוועכן אז זיי גייען אן נעמען דעם פסק פון הגאון הגדול רבי געציל שליט''א אז מען טאר זיך נישט משתתף זיין ביי א חתונה וואס דער מסדר קידושין איז דארט בלי רשות המרא דאתרא, האבן די מחותנים באשלאסן אז לכבוד זייערע טאטעס/זיידעס/משפחה מיטגלידער, וועלן זיי אריבער פירן די חתונה אין אן אנדערן זאל, נו, דאס האט דיך ארויס גענומען פון די גלייזן,
דו שרייבסט: נאר איין זאך דאס וואס די האסט געוואלט איירעדען פאר אלע דיינע דעקעלעך אז ער האט געקענסעלט צילוב דיין רבין דער המן אליינס אין דיין דיין המןס ארבעטער דאס האב איך געוואלט אויף ווייזען אז די ביסט סתם א פאלנער שקרן
אין ב"ה איך האב עס באוויזען , שקרן שקרן און נאכאמאל שקרן, מיינסט טאקע אז נאר אפגעפליקטע זאליס/בני המן ליינען דא די תגובות? אדרבה צייג אן ווי איך האב דאס געשריבן,
ווייטער שרייבסטו: ,איך דארף עס נאך יא ווייל איך וויל דיר אויפוויזען אין פאר אלע דיינע המן'ס תלמידים אז די ביסט אזא שקרן אין ליגענער אין מען קען דיר נישט גלייבען קיין איין איינציג ווארט וואס די שרייבסט
איי עם סא סאררי איך האב דיר געוויזען דיינע ליגענטס אין די קענסט עס נישט בעקען נעקסט טיים דאנט פאט יאר פאט אין יאר מאיט,
יא, נעבעך, דו האסט דען עמעצן איבערגעצייגט?, יעדער אפילו די זאליס און בני יואל האלטן אז איך בין גערעכט און דו ביסט א שקרן וכזבן, א ראי' צו דעם איז דיינע נארישע תירוצים וסתירות, דו פרובירסט דא ארויס צו שטעלן עפעס א נייע טענה ומענה צו שד''ב איז יא א בני יואל צו נישט, און צו שד''ב האט יא אנגענומען דעם איסור פון רבי געציל צו נישט, בו בזמן וואס איך האב זייער קלאר געשריבן אז די זיידעס און משפחה מיטגלידער האבן אנגענומען דעם פסק און לכבודם האט ער געקענסלט, שרייסטו געוואלד אז ער האט דארט קיינמאל נישט געסקעדזשלט, זאל זיין אזוי ווי דו שרייבסט (טראץ וואס איך ווייס קלאר און דייטליך אז ער האט דארט יא געבוקט) איז דאס עפעס משנה אין מיין הודעה? איז דען א נפקא מינה צו ער האט לכתחילה נישט דאר געבוקט טאקע לכבודם פון די זיידעס, אדער אז ער האט נאר שפעטער געטוישט לכבודם פון די זיידעס, ווי כאפט דער חילוק, ס'איז אלעס איינס, פאר שד''ב קומט קרעדיט אז ער האט יא דרך ארץ פאר עלטערע זיידעס און ער וויל יא די נאנטע משפחה זאלן קומען צו זיין שמחה און טראץ וואס מצידו איז בכלל נישט קיין שום פראבלעם דארט חתונה צו מאכן, עכ''ז גייט ער דארט נישט חתונה מאכן, האסטו מיך דען אפגעוואנדן?, אפווענדן קענסטו מיך נאר אויב גייט שד''ב יא דארט חתונה מאכן, און אויב נישט ביסטו א זאלי לוזער. אגב, קענסטו אפשר איבער שרייבן די לעצטע שורה "נעקסט טיים דאנט פאט יאר פאט אין יאר מאיט," אויף פלעין אידיש? ווייל איך האב קיין אנונג נישט וואס דו שרייבסט!
ווילט איר זען וואס הייסט א פערד? ליינט ווייטער: זאג קלאר וואס דיך דריקט האסט נישט נאך א נאמען אין די ווילסט נישט בלייבען דער נער איך מיין די האסט זיך נאך קיינמאל נישט ציריק געהאלטען פין עפעס נאר וואס דען איז היינט געשען האא זאג א נאמען נעם דיינע ווייבער איך בין זיכער שד"ב ווייב האט אויך געזאגט יענע נאמען, אלזא איז דאס נישט א שטיקל הודאה אז דער נאמען שד''ב איז יא אמת? און יש דברים בגו? ווייל אויב בין איך טאקע אזא גרויסער ליגנער און באק סתם מעשיות וואס פאר א פראבלעם האב איך צו שרייבן נאך עפעס א ר''ת נאמען?, איך טו דא ווידעראמאל ערקעלרן, דו קענסט ווייטער שרייבן אויפן דריטן נאמען אז ס'איז שקר, ער האט קיינמאל נישט געטראכט פון דארט חתונה מאכן, ער האט בכלל נישט קיין חתן/כלה אין שטוב, ס'איז בכלל דארט נישטא קיין זיידעס, און בכלל ער וואוינט אפילו נישט אין אמעריקע, ער איז אפילו נישט קיין סאטמארער חסיד..., און אזוי ווייטער, וואס דארף איך מצער זיין א איד, וואסהאט באמת דרך ארץ פאר אן עלטערן איד א נאנטער משפחה מיטגליד וואס וויל זיך נישט משתתף זיין ביי א שמחה וואס איז גע'אסר'ט פונעם דיין שליט''א על פי פסקו המפורשת פון בעל דברי יואל זי''ע, איך ווייס וואס פאר א פרעשער איר קענט לייגן אויף א מענטש, און איך האב באמת נישט געגלייבט אז דו וועסט אזוי מיאוס אויספראקן דעם שד''ב, וואס האט געטון א ריכטיגע זאך, ניין, דער דריטער נאמען וועט דא נישט קיין סאך מוסיף זיין, נאכדעם וואס די ערשטע צוויי איז אזוי קלאר מבורר געווארן.
איין זאך בין איך מסכים מיט דיר, וואס דו שרייבסט: איי עם סארי א ליגענער גלייבט מען נישט אפילו ווען ער זאגט שוין אמת,
|
אפשר שרייבסטו פארוואס מייער האט געקענסעלט, ביסט דאך מודה אז לכתחילה האט ער דארט געוואלט חתונה און ער האט געקענסלט, נו שרייב פארוואס, לאמיר זען צו ס'שטימט מיט מיין ערשטע הודעה, און פארוואס האט שד''ב געקענסעלט (אדער ווי דו שרייבסט קיינמאל דארט נישט געבוקט) שרייב ביטע פארוואס, לאמיר זעכן למי החותמת ולמי הפתולים, ווער ס'שרייבט נאר אמת, און ווער איז נעבעך א צורודערטער בריאה, דער שארמאשער מיט דעם טשאדער מיט ענקער גאנצע לישקע וועלן נאכאמאל געבוירן ווערן וועלן זיי נישט צו קומען לקרסולי רגליו פון הגאון הגדול רבי געציל שליט''א, דו קענסט שרייען המן, קענסט שרייען עפרא לפומי', קענסט שרייען מאכיל נבילות וטריפות, אבער אין די גאנצע וועלט איז ער אנגענומען אלץ דער פוסק הדור, כל הדבר הקשה יבואון אליו, פון ארץ ישראל ביז אוסטראליע, פון אייראפא ביז גאנץ יונייטעד סטעיטס אלע רבנים ודיינים ווייסן אז אויב האט מען א שווערע שאלה וועמען קאלט מען? נישט דעם שארמאשער און נישט דעם טשאדער (וואס קיינער האט פון זיי נישטאמאל געהערט) נאר הגאון הגדול בעל אגלי דבש שליט''א, אלזא קינד מיינס צום צווייטן מאל, איי פיל יור פעין, איך האב באמת מיטלייד מיט דיר, און איך האף אז נאך דיינע קללות ווי דו געסט ארויס דיין ווייטאג ווערט דיר כאטש אביסעלע לייכטער, א רפואה שלימה במהרה.
|
זיי נישט ברוגז, איך ווייס פון א מעשה, א יונגערמאן האט געפרעגט א שאלה פון ר' געציל אז דער דאקטאר רעקאמענדעט צו מקדים זיין אבער ס'קומט אויס יום כיפור וואס מ'זאל טון, האט ר' געציל געענפערט, פרעג דאס דעם שארמאשער רב דע שאלה גיהערט פאר א ערליכער איד!
איך האב דאס געהערט פונעם בעל העובדא אליינס, קענסט קאמענטירן לויט דיין גוסטע
|
נישט שלעכט..
|
|
יישר כל פארן ענדליך מודה זיין אז: קינד מיינס, נאר שערי חמלה וואלט דיר געהאלפן, נו, ס'איז באמת אשאד וואס דיינע ווערעמיגע בני המן (כלשונו של רבינו הקדוש בעל ברך משה זי''ע) האבן מחליט געווען צו זיין אקעגן דעם, נאר ווייל דער ברך משה האט דאס מייסד געווען, איר זענט זיך אליין שולדיג. ס'האט באמת נישט אויסגעפעלט די לאנגע אריכות ווי דו שטרענגסט דיך אזוי אן אין איבערצייגן אז נאר שערי חמלה וואלט דיר געהאלפן, אבער טענקס עניוועי!!! [בילד – נישט אפגעהיט]
האא
ביסט נאך נישט אויפגעקימען דערמיט אדער די ווייסט נעבעך נישט
די האסט פארציילט פארן עולם אז "לכה"פ דריי חתונות געקענסלט" און די האסט נישט געברענגט קיין איין הוכחה אדער לכה"פ נאמען וואס זאל איבערצייגן די ווארהייט.
דערווייל איז די אשכול געווארן זייער ווילד מיט פערזענליכע אנגריפן.
דעריבער שפאר איך יעצט אפ דעם אשכול אלס א נייעס וועלכע שטעלט זיך נישט ארויס צו זיין אמת. אויב האסטו הוכחות אדער נעמען, קענסטו דאס שיקן צו מיר אין אישי און איך וועל צוריק עפענען דעם אשכול אויב צייגט זיך איבער אז די האסט געשריבן אמת.