היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אנשי שלומינו חתמ'נען אין די מאסן "כתב קבלה" איבער פסולע "רבנ...

אנשי שלומינו חתמ'נען אין די מאסן "כתב קבלה" איבער פסולע "רבנ...

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2784047

חיים_מענדל » 2/5/2010 19:29

אנשי שלומינו חתמ'נען אין די מאסן "כתב קבלה" איבער פסולע "רבנות"

תלמידי וחסידי סאטמאר ווייזן ארויס אינעם היינטיגן טאג זייער טריישאפט צום אמת'ן דעת תורה בנוגע די פסולע הנהגה אין קרית יואל, ביים אונטערשרייבן דעם כתב קבלה און מקבל זיין אויף זיך בהחלט ווי רביה"ק מייסד הקריה שרייבט, (חו"מ סי' קל"ד) ביי א ת"ח שיש בו חילול ה', וזל"ק, ואתם חזקו ואמצו להקהל ולעמוד על נפשכם "ולהבדל מאלה האנשים ההולכים אחר שרירות לבם נגד התוה"ק", מ'זאל ח"ו נישט האבן א מגע ומשא מיט אזא הנהגה אפילו בעת נסיון (וואס קען זיך מאכן משך די יארן).


אין קרית יואל איז היינט געווען א טישל, עס זענען געזיצן חשובע פני העדה מקבל צו זיין די חתימות, עס האט זיך ארויסגעצייגט א שטארקער סוקסעס מיט די אנרוף פון הונדערטער (אדער מעגליך טויזנטער) מתפללים, ווען דער עולם איז צוגעקומען אין די מאסן אפגעבן די חתימה אויפן קבלה.

(לויט ווי איך הער איז אין אלע געגנטער געווען אזוי, ווער עס ווייסט זאל מודיע זיין)

נמנו חביריו לדבר מצוה.

חיים_מענדל » 2/5/2010 19:37

[בילד – נישט אפגעהיט]

moishe12 » 2/5/2010 19:53

אויך דארף מען געדענקען אז די זעלבע אינטערשריפט וועט ווערין געניצט ווען מענדעלע וועט זיך שלאגען מיט יואליש
אין מען קען דאס אינזין האבען יעצט.
אין ווער זענען די חשובע יודען אפשר זאגסטי נעמען

YESWECAN3 » 2/5/2010 19:56




תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 02/05/2010 19:57:05

וואלןמה » 2/5/2010 20:51

משה, ביסט אפשר אריין אין די ראונג אשכול? אדער מיינסטו יא דא עפעס ארויסצוברענגן נאר מיין קליינע קאפ כאפט נאך נישט וואס

וואלןמה » 2/5/2010 21:17

די סיבה איז פשוט. זייער אסאך פון זיי זענען משפחה מיט היימישע אידן, און דער פאקט אז אונזער עולם קומט נישט דארט צו קייו שמחה וואס איז אונטער איין דאך מיט דעם פסולען מנהיג (כפסקו של רבינו בעל דבר"י זי"ע שצריך לעשות הבדלה מהאנשים ההולכים אחר שרירות לבם נגד התורה) איז א גאר-גאר גרויסער אפהאלט פאר א גרויס חלק עולם ביי זיי ובפרט ווען די נישט-השתתפות איז כתוב וחתום, און דע ארונים קאן זיך נישט פרובירן צו איינרעדן אז "נע, מיין ברודער וועט שוין קומען, ער מיינט עס נישט אזוי ערנסט". דער מחשבה איז נישטא מער.
 
ועל זה דוה לבם

דער_אקס » 3/5/2010 20:07

סאיז אויך אין מיינע אויגן א שמירה אז די דורות זאלן נישט אריין פאלן אין דע קהילות וואס די דיינים האבן שוין געשריבן אז מהאט זיך געדארפט טיילן וועגן באוויסטע סיבות איינער וואס שרייבט אינטער וועלן זיינע דורות נישט אזוי שנעל אריין פאלן אין זייערע הענט אי"ה