היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקינג: פסק דין פון בית דין הגר"ש וואזנער וועגן כהנים ארויפ...

ברעקינג: פסק דין פון בית דין הגר"ש וואזנער וועגן כהנים ארויפ...

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2783476

אויששש » 30/4/2010 14:11

ברעקינג: פסק דין פון בית דין הגר"ש וואזנער וועגן כהנים ארויפצוגיין אין מירון
יעצט ארויס פון די בית הוראה פונעם פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א

דא שטייט נישט קיין ווארט וועגן איסור חמור, ביטע נישט פארפירן די ליינער
דער מנהל


[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/04/2010 16:25:45

לאגיש » 30/4/2010 14:53

ווי זעסטו דא איסור חמור?

אויששש » 30/4/2010 15:00

טראכט לאגיש וועסטו פארשטיין
די דיינים באשטעטיגן אז ס'איז א ספק דאורייתא ביז ווען די מומחים לדבר וועלן דאס מברר זיין
דאס מיינט אין אידיש: אז א כהן טאר דארט ביזדערווייל 'נישט' ארויפגיין !

עירהתורה » 30/4/2010 15:44

תולדות אהרן זענען צולאזט זיי לויפן ארום צו אלע רבנים כאטש איינער זאל זיי געבן עפעס א היתר מפורש ווייל זיי זענען ללעג ולקלס און די גאס

יעדער אמריקאנער איד וועלכע איז געפארן אויף מירון דארף וויסן אז מיט געבן א נדבה פאר תולדות אהרן האט ער א חלק און טומאת כהנים - איסוד דאורייתא.

הולך_לבגץ » 30/4/2010 16:49


מנהל איך פארשטיי נישט ליינט גוט איבער דעם בריוו וואס שטייט בזה הלשון

שיש לברר מציאות הדבר ע"י מומחים לדבר.
ובמקום שיתברר שיש היתר לכהנים לעלות ללא חשש טומאה יכולים לעלות
.

קען איינער עברי טייטש פון דעם
לויט ווי מיין רבי און חדר האט מיר געלערנט איז טייטש
מע דארף דאס מברר זיין און נאכן מברר זיין מעג מען ארויף גיין און טאמער איז דער דייעט ערש"ק איז טייטש אז ביז ערש"ק האט מען נישט מברר געווען יעצט זאג מיר וואס שטייט און בריוו??

הולך_לבגץ » 30/4/2010 17:49



צעטלעך פון די גאסן פון ירושלים עיר הקודש


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


הולך_לבגץ » 30/4/2010 18:03


און פאר ווער ספארשטייט נישט דעם צעטל פון הרב וואזנער האב א ספעציערלער מלמד וואס זאל מסביר זיין
אזוי ווי סאיז געהאנגען און די גאסן פון ירושלים

[בילד – נישט אפגעהיט]
און פאר ווער ס'ווייסט נישט איז דער שלמה ציפער דער גרעסטער מומחה מטעם די עדה החרדית לעניני קברים און ער איז א תולדות אהרן חסיד ואין כאן מקום לחשש כלל

Palin12 » 30/4/2010 18:09

אפשר דארף מען פארדעם עפענען א באזונדערן אשכול

אבער מען דארף פארשטיין פארוואס ביי א יעדער נושא וואס מאכט זעך ביי כלל ישראל, מוז אוטמאטיק זיין צוויי קעגענזייטיגע דיעות, אויב צד מהר"א האלט אזוי מוז צד מהרז"ל האלט פארקערט, און אויב צד מהרז"ל האלט אזוי מוז איך האלטן פונקט קאפויער, בפרט ביי נושאים וואס האבין בעצם נישט צוטוען מיט די סאטמארע פאליטיק

וו.צ.ב. די שערוריה וועגען כהנים אין מירון, וויבאלד האדמו"ר מתוא"י איז חושש לאיסור און האדמו"ר מתו"א האלט להיתר, מיז איך אוטאמאטיק אלץ חסיד מהר"א האלט ווי האדמו"ר מתוא"י, און א חסיד מהרז"ל מיז האלטען ווי האדמו"ר מתו"א, וכו' וכו'

אין אזוי איז אין א יעדער נושא ונושא, אויב ס'איז דא עפעס וואס UJCARE וויל מוזען חסידי מהרז"ל אטאמאטיש זיין מתנגד דערצו, און א יעדער פרויעקט פוןUJO מוז אוטמאטיק חסידי מהר"א זיין דערקעגען

איך מיין אז דער מהלך מחשבה איז זייער בעביש און נעריש

אדמיראל » 30/4/2010 19:39

ס'איז קלאר אז הגאון רב וואזנער האלט יעצט אז ס'איז א ספק איסור
 אין נאר די ארכילאגן קענען  עס מברר זיין
אין ביז ווילאנג זיי זענען עס איז נישט מברר בלייבט  דער איסור .

בלייבט יעצט איבער צי זעהן וואס תולדות אהרן רבי וועט טיען.

ארגינעלער » 30/4/2010 20:07

איך האב עס שוין געשריבן כמה פעמים אין ס'ווערט נאר קלארער.
 
אפילו ר' דוד קאהן זאל עס הערן פין קודשא בריך הוא ושכינתה אז מען טאר נישט ארויף גיין
וועט ער ארויף גיין מיט די שוך אין זאקן אין ווארפן זיינע שמאטלעך אין גיסן די אויל אין זיך אויסטיען די שטריימעל

א פלא נאר אז מנשה פילעף שרייבט א גאנצע אריטקל אין די צייטנוג אז כהנים טארן נישט ארויף גיין
קוקט אויס ביי די זאליס איז דא א צימישטע מיינונג אין זיי האבן נאך נישט קיין פאראייניגטע מיינונג

Palin12 » 30/4/2010 20:16

[בילד – נישט אפגעהיט]

Palin12 » 30/4/2010 20:31

אוי לאותו בושה אוי לאותה כלימה

מצאתי ברשת:  http://sites.google.com/site/yahadutforyou/home/parashah-hebrew

בס"ד ט"ו אייר התש"ע

 

עליית כהנים למירון

"אֱמֹר אֶל-הַכֹּהֲנִים בְּנֵי אַהֲרֹן; וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם, לְנֶפֶשׁ לֹא-יִטַּמָּא בְּעַמָּיו"

מי שעוקב אחרי חדשות המגזר החרדי יכול היה להתרשם במשך השנה האחרונה מכמות גדולה של סיכסוכים סביב קבר הרשב"י במרון. העימותים סבבו סביב תיקון הדרכים המובילות אליו, וביחוד סביב השליטה באתר הקבר. אף על פי שהסכסוך מתרחש בין פלגי נטורי קרתא, מלב ליבה של מאה שערים, הוא התנהל גם בבתי המשפט של מדינת ישראל, וגורמי ציבור שונים היו מעורבים בו.

לקראת ל"ג בעומר עצמו, ובתזמון נאה גם לקראת פרשת אמור, חלה התפתחות בפרשה, שהעיסוק בה הוא גם  מענייני הפרשה וגם ראוי לתשומת ליבם של קוראי "שבתון". מדיון זה אפשר ללמוד רבות על דרכי פסיקת הלכה ועל תפקידו של הדיון ההלכתי.

בראשית השבוע הוציא אחד מהמו"צים של פלג "תולדות אברהם יצחק", הרב משה ברנסדורפר, פסק הלכה  האוסר על כהנים לעלות לציונו של הרשב"י, בכל הדרכים המובילות אליו, בכל מקום שלמעלה ממושב מירון. וכך הוא כותב:

בכל השטחים שבצידי הציון נמצאו ונתגלו, בהם ובסביבותיהם, מערות קבורה רבות. בחלקם הם ממש בתוך הרחבות עצמם, ובחלקם הם מתחת לרחבות, ולא ידוע עד היכן הם נכנסים. כמו כן, כל הדרכים המובילות אל הציון כיום, הינן דרכים חדשות שנסללו ללא שום פיקוח ובדיקה, והדרכים הישנות נעלמו. ובכולם נמצאו סביבותיהם מערות קבורה, שבחלקם הם נכנסים מתחת לכביש, ולא ידוע עד היכן. ...ואשר על כן, כל הדרכים הרגילות המובילות לציון, אי אפשר להגיע דרכם אל הציון מבלי להיכשל בטומאת מת או בחשש טומאת מת - ואסורות לכהנים. וכן הוא בחלק גדול מן הרחבות והשטחים למיניהם, אשר ישנם בהם קברים בבירור.

רבני הפלג השני, "תולדות אהרן", ורבנים אחרים מיהרו להגיב. רבו של מושב מרון, הרב מאיר שטרן התייחס לפסק ההלכה: "ראיתי את המכתב. זה מכתב של עמרצות. זה בירור הלכה? ממש עמרצות".   הרב שטרן מוצא אירוניה בעובדה שדווקא בקברו של רשב"י, שעליו נאמר בגמרא (שבת לג:) (מקור הטקסט התלמודי מויקיטקסט)

אמר הואיל ואיתרחיש ניסא איזיל אתקין מילתא ... אמר: איכא מילתא דבעי לתקוני?

אמרו ליה איכא דוכתא דאית ביה ספק טומאה אית להו צערא לכהנים לאקופי

אמר איכא איניש דידע דאיתחזק הכא טהרה

א"ל ההוא סבא כאן קיצץ בן זכאי תורמסי תרומה

עבד איהו נמי הכי כל היכא דהוה קשי טהריה וכל היכא דהוה רפי צייניה 

מתרחש ערעור שכזה על פעילותם של מצייני הקברים ופרנסי המקום. ראוי לציין שהמשך הגמרא הוא בדיוק דיון על סמכותו של רשב"י להתיר ספקות ועל עליונותם ההלכתית של העוסקים בסוגיא: (שבת לד.)

 אמר ההוא סבא: טיהר בן יוחי בית הקברות!

א"ל אילמלי (לא) היית עמנו ואפי' היית עמנו ולא נמנית עמנו יפה אתה אומר

עכשיו שהיית עמנו ונמנית עמנו יאמרו זונות מפרכסות זו את זו תלמידי חכמים לא כל שכן?

יהב ביה עיניה ונח נפשיה.

על פי גמ' זו אולי יש היתר לרב מן החוץ שלא עסק בסוגיה לעורר על הדבר...

תגובה מנומקת להפליא יצאה מאת שנים ממורי הצדק של 'תולדות אהרן'. הרב יצחק רוזנבלט הוציא מכתב קריא להלל, בעברית משובחת, מחולק לנושאים ולסעיפים, ובו הוא מסביר את כל חלקי הדיון: דינן של מערות קבורה שנתפנו, שנסתלקה מהן הטומאה. קברים, ובוודאי מערות, החצובים בקרקע העולם כך שהיא מכסה עליהם מטמאים רק בתוכם ולא על גביהם, ועוד. הרב רוזנבלט מבאר עוד על גזירה שהוזכרה ברמב"ם לבדוק כ' אמה סביב כל מערה שנמצאה, שמא יש שם מערות נוספות, ואומר

"ואם נדון על בדיקת כ'  אמה אם כן נצטרך לחזור כמה דורות למפרע ולבדוק אף פה עיה"ק ירושלים את שכונות סנהדריה, עזרת תורה, גוש שמונים, קרית ויואל משה, ועוד שכונות שבכל אלו נמצאו מערות קבורה וסגרו מסביבם באוהל חוצץ ולא בדקו כלל סביבם, והכהנים נכנסים ויוצאים שם ודרים שם ... ואם נרצה לאסור את היישוב מירון אל לנו לטרוח צפונה כשהדבר מחייב הכרעה כאן ועכשיו בעירנו עיה"ק ירושלים"

כל העוסקים במלאכה, והם כיום השולטים במירון וסביבותיה, מעידים שבדקו היטב תחת כל הדרכים וסביבם, ולפיכך לא השתנה המצב מכפי שהיה בשנים הקודמות, ואם השתנה – השתנה לטובה.

גם הרב נתן גוטליב, כותב דברים דומים הן לגבי פסק ההלכה והן לגבי המציאות בשטח.

בכל הדיון הזה מרענן מאד לראות את אחינו החרדים נוטים ידם בכחא דהיתרא, מחפשים להם דרך "לברר את ההלכה ולא לטמא את הטהור", להקל באיסורי דרבנן במקום מצווה ובשעת הצורך, וכולי תקווה שדרך זו יבחרו להם מכאן ולהבא בכל הנושאים הציבוריים, וביה"ח ברזילי מכללם.


דאס איז שוין די פרומע תולדות אהרן

ארגינעלער » 30/4/2010 20:35

וואס הייסט א אוהל חצוץ א העליקאפטער ?

הולך_לבגץ » 30/4/2010 21:58


ארגינעלער מסתמא גייט ער אנטוהן א פלעסטיק בעג אזוי ווי אפאר ליצים האבן מפרסם געווען בשם דער רב פון היכל שלמה

און דאס איז איינע פון די גרויסע בזיונות דער צעטעל שבתון איז א מזרחי'שער צעטעל און ער פרעגט איין קשיה וואס איז אנדערש די שפיטאל און אשקלון ווי סאיז דא א חשש פיקוח נפש (לשיטתם) וואס דארט גייט זיין ריזיגע צעטלעך מיט הפגנות, פון מירון וואס דארט איז מען מצדד להקל און מען טרעפט כל מיני קלות להקל אן קיין חשש פיקוח נפש (חוץ לויט דעם שרייבער וואס האלט אז דאס איז יא פיקוח נפש פאר דעם ערליכן איד וואס אן די פאברענטע הענט וועט ער נישט קענען זאגן אקדמות), און דאס איז דער גרויסער חילול השם,

און אפשר טאקע זונטאג מיטאג בשעת ווען דער ערליכער איד גייט טרעטען בריש גלי' אויף די תורה הק' זאלן מיר מאכן א מחאה קעגען די אפיסעס פון מוסדות תולדות אהרן אזוי ווי זיי גייען מאכן קעגען דעם שפיטאל און אשקלון

וער ס'ווייסט ווי זייער אפיס און איז גרייט צו גיין זאל זיך ביטע מעלדען

אסעמבלי » 30/4/2010 23:05

מיר האלטן שוין ביי א מדריגה אז די פרומע תולדות אהרן מיט די פארבינדענע טיכלעך זעהט שוין א ספק ספיקא איבער די שעורירי'

איין זאך איז זיכער תולדות אהרן האט געוויזן וואספארע פורים ער איז, אין איז גארנישט אנדערש ווי די אגודה אין מזרחי וואס טיען אנדערע שקאצרייען ווייל זיי קומט אזוי גוט אויס.
 
אין וויאזוי וועט ארויף גיין די המון עם פין תולדות אהרן די כהנים צי ציון ? אויף מיט אוהל חצוץ ?

יעצט איז די שאלה צי אוהל חצוץ שמי'ה אוהל ?
ווייל ווען ר' משה מאנטפורי איז ארויף געגאנגען צים הר הבית מיט א אוהל חצוץ האט די גאנצע וועלט געשטורמט.


 

לעקסינגטאן » 30/4/2010 23:14

אז טאמיר די די רבני העדה החרדית איז מתיר פאר כהנים ארוןיף צי גיין.
 
פארוואס קומען זיי אליינס נישט ארויס מיטן היתר, איז דעס נישט קיין וויכטיגע זאך, טראגט נישט מירון אזוי פיל געוויכט ביי די עדה החרדית ווי עפעס א  שנאר בריוועל

עפשטיין » 30/4/2010 23:21

עדה  החרדית דארף נישט ארויס קומען מיט א היתר ווייל עס איז דערווייל נישט דא קיין איסור

בסך הכל שרייבט דער שבט הלוי אז מען זאגט איהם אז עס איז דא קברים דארף מען מברר זיין די מציאות

אגב ווען עס האט זיך געמאכט די שערוריה אז די פליגער'ס פארן ארויס פון ארץ ישראל העכער א בית החיים האט רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל געהייסען אנטון א פלעסטיג

לעקסינגטאן » 30/4/2010 23:45

דער שבט הלוי שרייבט קלאר אז ביז ווילאנג מען איז נישט מברר איז דא א איסור
דערווייל זע איך נישט קיין בירור להיתר פין קיינעם.

shia550 » 1/5/2010 00:31

דאס הייסט שוין ביי דיר געשריבען קלאר?

לעקסינגטאן » 1/5/2010 00:41

דעס איז די לשון קדשו פינעם שבט הלוי.

ובמקום שיתברר שיש היתר לכהנים לעלות ללא חשש טומאה יכולים לעלות

איז ביז ווילאנג מען איז נישט מברר איז דא א איסור, נאר נאך א בירור קען מען מתיר זיין

אין פארוואס פארשטייסטו אז די עדה דארף נישט ארויס קומען מיט א היתר
אז טאמיר זיי האבן געפילט פאר וויכטיג צי מאכן א זיצנונג דערוועגן, פארואס מעג נאר תולדות אהרן וויסן וואס מען האט דארט באשלאסן, פארוואס געבן זיי עס נישט שריפטליך

הולך_לבגץ » 2/5/2010 19:10


מי מילל ומי פילל אז פון די האלטע שיינע הערליכע קנאישע קהלה ווי תולדות אהרן וואס זענען ביז צען יאר צוריק געווען די ערשטע צו קעמפען אויף חשש דחשש פון אידשקייט אויף א ספק ספק ספקיה פון א גזירה דראשונים האבן זיי זיך מוסר נפש געווען וועלען און צען יאר שפעטער שטיין און אזא נידעריגע מצב עובר זיין בריש גלי' אויף א איסור תורה בפני אפאר הונדערט טויזענט אידן און אלעס נאר פאר אביסל כבוד המדומה און בצע כסף און אטענטשען אוי לנו ווי די אידשקייט אלט שוין אז די וואס רופן זיך פרומע זענען נישט מער פון צבועים און די וואס זענען יראי השם און זענען מוותר אויף כבוד און געלט די זענען ציונים וויזניצער (נישט נאר תוא"י רבי איז א וויזניצער איך מיין אז ס'איז דא נאך איינער וואס מע רופט וויזניצער) וכו' וכו' אלע מיני נעמען של גנאי ווייל ער איז נישט און קאטגוריה פון ערליכער איד און טרעט נישט אויף די תורה מיט די גרעסטע מאס לצנות וואס איז שייך

מען זאגט א ווערטעל אז א כהן מעג זיך מטמא זיין צו באגראבען א ברודער ווען דאס וואלט זיך נישט גערעדט פון א איסור חמור וואלט איך אויך געלאכט אבער ליידער ליידער אונז האלטן שוין דא ביים אז נדברו יראי השם איש אל רעהו ווייל אין גאס זענען ליידער די מענטשען וואס רעדען איש לרעהו נישט באטיטלט מיטן נאמען ערליכער איד און די וואס זענען באטיטלט מיטן נאמען ערליכער איד זענען ליידער ליידער פורקי עול אן קיין שום פראבלעם.

אדםאמיתי » 2/5/2010 19:29

קען איינער מסביר זיין די שטעלונג פון בד"ץ ע"ח?

ביי דעם פארקינג לאט אין עק שטאט ירושלם, האבען זיי געהאט א דעת תורה
ביי אינטעל האבען זיי געהאט א דעת תורה
ביי די אידענע מיט דעם קינד, ווי עס איז געווען אינערליכע יש אומרים ויש אומרים, האבען זיי געהאט א דעת תורה
ביי יעדען אומגעוואנטשענעם ווינט אין מאה שערים האבען זיי א דעת תורה
ביי דעם התר עגונה פון די קדושי מומביי האבען זיי געהאט א דעת תורה (מענטשען ווייסען די פינקטליכע פרטים) "אויף נישט צו טוען" ביז ווי לאנג הרה"ג ר"ש וואזנער שליט"א מיט זיין בי"ד האבען דאס גענומען אין דער האנט

פלוצים ביי טומאת כהנים וואס איז א ספק דאורייתא האבען זיי מער נישט קיין דעת תורה.

זייער שטיל שווייגענישט מאכט טויב! 

אדםאמיתי » 2/5/2010 20:40

באקומען אין אישי.

ללא נושא

דעם שבת האט גיהאנגין 3 מודעות פון די עדה.
א, קעגן אינטרנט קעמרעס און מירון.
ב, קעגן די גרויסע סקרינ'ז (פון ליובאוויטש) ביים דרך מהדרין און מירון.
ג, קעגן דידשיטיל סקרינ'ז אין די סטארז אין באסעס מיט עדווערטייזמענט'ס.

דאס אלעס איז גיוועהן דעם שבת. אבער איין צעטל וועגן כהנים האט מען פאר קיין רפואה נישט גיקענט טרעפן............


איצטער בין איך שוין טויב אויף ביידע אויערען

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי אדםאמיתי ב- 02/05/2010 20:42:29

הולך_לבגץ » 2/5/2010 20:46


מר"ד קאהן באגראבט זיך מיט זיין כהונה און א באקס פאר אביסל כבוד המדומה און געלט

ירא הקהל וישפוט וואס מיינט א ערליכער איד


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

דיןתורה » 2/5/2010 23:38

אדםאמיתי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קען איינער מסביר זיין די שטעלונג פון בד"ץ ע"ח?

ביי דעם פארקינג לאט אין עק שטאט ירושלם, האבען זיי געהאט א דעת תורה
ביי אינטעל האבען זיי געהאט א דעת תורה
ביי די אידענע מיט דעם קינד, ווי עס איז געווען אינערליכע יש אומרים ויש אומרים, האבען זיי געהאט א דעת תורה
ביי יעדען אומגעוואנטשענעם ווינט אין מאה שערים האבען זיי א דעת תורה
ביי דעם התר עגונה פון די קדושי מומביי האבען זיי געהאט א דעת תורה (מענטשען ווייסען די פינקטליכע פרטים) "אויף נישט צו טוען" ביז ווי לאנג הרה"ג ר"ש וואזנער שליט"א מיט זיין בי"ד האבען דאס גענומען אין דער האנט

פלוצים ביי טומאת כהנים וואס איז א ספק דאורייתא האבען זיי מער נישט קיין דעת תורה.

זייער שטיל שווייגענישט מאכט טויב! 


וואס רייסטו אראפ די עדה?
ווייל איינער זאגט אז די עדה האט אזוי געזאגט נאר זיי ווילן נישט ארויסגעבן א בריוו, מיינסטו אז זיי האבען טאקע אזוי געזאגט?

ענדערש רייס אראפ דער וואס האט ארויסגעלזאט די שמיעה בשם די עדה

הולך_לבגץ » 2/5/2010 23:46


זיי דארף מען שוין אפאר רייסען זיי האבן זיך אליין אראפ געריסן זיי האבן זיך צנער געלייגט אויפן גרעסטען אויפן וואס איז שייך

אויששש » 2/5/2010 23:47

די לעקציעס פון די טומאת-כהנים עפאכע אין מירון:

העדה החרדית - ווידער זיך ארויסגעשטעלט אלס נישט אראנטליכע ביי אייגענע נגיעות, ד.מ. אז ווען ס'קומט צו אייגענע מענטשן האט מען מורא אדער וויל מען נישט ארויסקומען מיט א פסק הלכה כדת של תורה.

תולדות אהרן - זיך ווידער ארויסגעשטעלט אלס אנטי-פרומע חסידות, ד.מ. אז ווען ס'קומט צו אייגענע געלט אדער כבוד אינטערעסן פארקוקט מען אויף א חשש איסור דאורייתא

לייגט דאס אוועק ס'וועט נאך אסאך צוניץ קומען בעתיד...

דיןתורה » 3/5/2010 00:04

גערעדט אין וועלט אריין

די עדה החרדית איז משוגע אויב גייען זיי זיך ציקריגען מיט א גאנצע קהילה