היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הרבנית פעסיל לאה אין שפיטאל ! פארוואס ???

הרבנית פעסיל לאה אין שפיטאל ! פארוואס ???

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2782611

קריסטאל » 28/4/2010 06:16

הרבנית הצדיקת פעסיל לאה לרופ"ש געפינט זיך אין בית ישראל שפיטאל.
 
קיין געהעריגע סיבה איז נישט אנגעגעבן געווארן
 אבער לויט ווי מען הערט איז אז ווען איר זין דער ליידאק ר' זלמן לייב פיצט אפ אויף קווינס קעמפ דאפמט ער זיין מאמע ביי שלום יוסף'ס דייטש אין בית ישראל שפיטאל.  


תוקן על ידי קריסטאל ב- 28/04/2010 06:19:56

Palin12 » 28/4/2010 08:08

זי איז אין שפיטאל וועגען שטיינער אין די נירען

נישט אין יעדע זאך דארף מען אריינמישען די נארישע אומ-וויכטיגע נאטיצען


(באלד וועט נאך יענקעלע11 שרייען אז איך בין א זאלי פאר דעם מיינונג)

לעקסינגטאן » 28/4/2010 15:58

נעכטן איז מרן רבינו שליט"א געווען ביי די רעבצין אין שפיטאל נאך יארן וואס ער האט נישט געקענט גיין.
 
ווייל ווער ס'געדענקט ווען ער פלעגט גיין אינדערהיים פלעגט ער הערן קולי קולות פין די אויסגעפרעסענע בערן ביים ברך משה אין שטוב
דער חי' רעה טורפות שמשון יעקב גאלד, משה הערש רייזמאן, מעכיל וויינגארטן, פייוויש טייטלבוים

אין שפיטאל זענען זיי נישט דארטן,

ליידער די רעבצין געפינט זיך שוין יארן אין א געפערליכע נאך געלאזטע מצב אלעס ווייל די ביטערע חי' שרה טייטלבוים נעמט פין איר קעיר, פאר קיין שון יוד געזאגט
דאס געפלאכטענע רשעות אין ביטערקייט וואס געפינט זיך ביי חי' שרה זעהט נישט אין ערגעץ אפשר נאר ביי די נאצי'ס, אין די זעלבע געמיינע מידות האט זי געפלעגט אין אירע קינדער אין ליידער אלע אירע קינדער זענען ביטער מרה שחורה מיט רשעות.

היראים » 28/4/2010 18:49

חי' שרה טענה'ט אז ס'נישט אמת, זי קוקט זיך נישט אום אויף איר,
זי האט אירע נורסעס, וואס זיי נעמען קער.
זי נעמט נאר קער איין זאך, צוזאמען מיט איר מאן, אז די קינדער זאלען נישט קענען קומען באזוכן.

ליידער, א רחמנות אויף א מאמע וואס די קינדער קענען איר נישט קומען באזוכען אינדערהיים, נאר ווען זי איז אין שפיטאל.

די זאלי'ס זענען זייער דערביטערט פין דעם באגעגעניש מיט רבינו שליט''א, איך קען נישט פארשטיין פארוואס, 
 זיי ציטערען אז ס'איז דא בילדער ווי רבינו שליט''א געבט די הענט.

Palin12 » 28/4/2010 19:23

מנהל איך מיין מען זאל אפשפארען דעם אשכול, די אלע נארישע סארט אשכולות האבין נישט קיין שום זין, און איז זייער נאריש, הרבנית הצדיקת ווערט זייער גוט קער גענומען דורך א גוטער שטאב פון נורסעס און היימישע פרויען

די רעביצען איז געווען באזוכען ביים שוויגער דעם פארגאנגענעם ראש השנה מיט א טאכטער און אייניקעל, קיינער האט איר נישט געטשעפעט

אמת אז ווען די רבי (מהר"א) קומט, איז דא איין געוויסע פרוי וואס די בלוט גייט איר משום מה כסדר ארויף אין קאפ (צופעליג זענען איר מאן און קינדערע היימישע און נישט קיין זאלונים) וואס פירט זעך נישט אויף בדרך כבוד, ומפני מעשים כאלו איז זיך דער רבי מונע פון גייען באזוכען די מאמע לצערינו הרב

אבער סתם ארויסלאזען זינלאזע לאזונגען אנטקעגען הרבנית חי' שרה, ס"ה ווייל זי איז מהרז"ל רעביצען איז סתם נעריש און קינדעריש

יענקעלע11 » 28/4/2010 19:51

ניין, צו האבן דעם מיינונג מאכט דיך נאכנישט פאר א זאלי, ווייל... איך
האלט אויך אז מען דארף נישט אלץ אריין מישן פאליטיק.
און איך בין זיכער נישט א זאלי...

Palin12 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 
זי איז אין שפיטאל וועגען שטיינער אין די נירען

נישט אין יעדע זאך דארף מען אריינמישען די נארישע אומ-וויכטיגע נאטיצען


(באלד וועט נאך יענקעלע11 שרייען אז איך בין א זאלי פאר דעם מיינונג)

 

Palin12 » 28/4/2010 20:10

יעצט קומט די פריידיגע ידיעה, אז די רעביצען קומט היינט בעז"ה אהיים פון שפיטאל

לאגיש » 4/5/2010 22:46


די רעביצין איז נעכטן אויפדערנאכט ווידער אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, ווייסט איינער פארוואס?

הולך_לבגץ » 4/5/2010 22:47


היינט איז די רעבצין נאכאמאל אריין גענומען געווארן און שפיטאל
מרן רבינו שליט"א איז יעצט געווען באזוכן דארט'ן מיט אחיו הרה"צ ר' שלום אליעזר טייטלבוים אב"ד 15 עוו.

מיר בעטעם צו מתפלל זיין לרפואתה השלימה הרבנית פעסיל לאה בת חי' לרפו"ש בקרוב

תוקן על ידי הולך_לבגץ ב- 04/05/2010 22:51:40

משמשבקודש » 4/5/2010 22:51


רבינו שליט"א האט יעצט דינסטאג נאכמיטאג נאכאמאל אפגעשטאטעט א לענגערע באזוך אין שפיטאל ביי די מאמע לרפו"ש, און זיך דארט געטראפן מיט ר' שלום אליעזר.

אויך איז דארט געווען ר' חיים יושע'ס רעביצין די טאכטער, און שלום יוסף דייטש

לאגיש » 5/5/2010 01:29


נו, איינער ווייסט וואס איז דער מצב דארט ביי די רעביצין?

טאראראם » 5/5/2010 02:05


פעסיל לאה בת חי' לרפו"ש

משמשבקודש » 6/5/2010 03:18

[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 26/5/2010 22:15

SatmarText Hatzulah was responing to 550 Bedford Ave. On a ****** for Rebbitzin was choking but B"H everything OK now.

SatmarBum » 24/6/2010 08:14

רביצין אין שפיטאל קריטיש מנין ביים בעט.
אלע קינדער פון ברך משה דארט

חיים_נחום » 24/6/2010 08:31

לויט ווי איך הער פון איינעם אין שפיטאל, איז די מצב עטוואס בעסער געווארן יעצט. אבער ווייט פון גוט.

זייט מתפלל.פעסיל לאה בת חי'

חיים_נחום » 24/6/2010 08:59

די רבי איז שוין אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל, די מצב האט זיך סטאביליזירט. הגה"צ גאב"ד ב"פ, הגה"צ ר' שלום אליעזר זענען שוין אויך אהיים.

בשורות טובות

SatmarBum » 24/6/2010 09:48

http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=63640

Satmar Rebbitzen In Critical Condition

(Thursday, June 24th, 2010)

The Satmar Rebbitzen is in critical condition, and the family has been rushed to her bedside, YWN has learned. The Rebbitzen, who is the wife of the previous Satmar Rebbe ZATZAL, known as the Beirach Moshe, has not been well for many years.

She was taken to Beth Israel Hospital in Manhattan on Wednesday morning, and her condition has deteriorated throughout the day, and late Wednesday evening, her blood pressure dropped.

All her children are currently at the hospital (12:46AM EST) at her bedside reciting Tehillim.

Her name is Pesel Leah bas Chaya.

(Yehuda Drudgestein – YWN)

היראים » 24/6/2010 20:18

קרעדיט באלאנד: וועלכע גרייט צו די זאלי'ס פאר יעדע אטאקע אין די זאלי פארום

בקשו רחמים: הרבנית פעסיל לאה בת חי' לרפו"ש - קריטישע מצב!

היינט איז די רעבעצין לרפו"ש אריינגעברענגט געווארן אין שפיטאל אין די אווענט שטונדן. די בלוט דרוק גענומען פאלן, און פאר אפאר שעה צוריק האט מען איר אריינגעפירט אין די איי.סי.יו.
 
רבינו שליט"א ואחיו הגה"צ אבד"ק סאטמאר 15 שליט"א זענען גלייך אריבערגעפארן אין שפיטאל, זיך צו געפונען נאנט צו די מאמע'ס בעט.

אויך האט זיך דער באקאנטער בן מכבד אם, דער בועט וועלכע האט די מאמע נאך געטרונקען די בלוט נאר פין פאר די הסתלקות פון רבי'ן דער ברך משה זצ"ל, אויך באוויזן אין שפיטאל מיט א ענגע קבוצה פון זיינע שוויצער'ס.
 
כלל ישראל ווערט געבעטן איינצורייסן רחמי שמים מרובים לרפואתה השלימה, דער מצב איז זייער קריטיש.



-----------------

יעצט קומט די ידיעה אז דער מצב האט זיך ב"ה שטארק פארבעסערט. כלל ישראל ווערט ווייטער געבעטן צו מתפלל זיין לרפואתה השלימה.



תוקן על ידי היראים ב- 24/06/2010 20:20:14

וואלןסח » 24/6/2010 21:07

רז"ל דארף פארן נעקסטע וואך קיין לאנדאן

גייט ער יעצט קענסלען די נסיעה?

SatmarBum » 24/6/2010 23:29

בקשו רחמים!
[בילד – נישט אפגעהיט]

FiveBoro » 24/6/2010 23:40

שמועות זאגן אז די מצב האט זיך פארערגערט.

יה"ר שתפילות ישראל יעשו רושם.

SatmarBum » 25/6/2010 07:16

די מצב ביי רביציין איז ב"ה געווארען סטעיביל
כ"ק אדמורי"ם שליטא זענען דארט געוועהן
מיט אלע קינדער פון ב"מ אין געזאגט תהילים במנין
10 אזייגער האבען זיי געדאווענט מעריב

[בילד – נישט אפגעהיט]

זענטא רב אין שפיטאל


תוקן על ידי SatmarBum ב- 25/06/2010 07:51:37