קרעדיט מעיינות התאחדתינו
קרעדיט מעיינות התאחדתינו
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/04/2010 03:23:02
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 28/04/2010 02:56:52
| below is what their self write in their fourm | |
|
פארן אויף ארץ ישראל ביי סאטמאר'ע אידן אין ארום | |
איך האב געפרעגט וואס איז דער דעת מהר"א דערוועגן. נישט וואס דער מנהג איז אדער ווי אזוי אנדערע האבן זיך געפירט.
אפשר איז דא דרשה אדער א שיעור ווי ער רעדט פון דעם ענין.
תוקן על ידי fiveboro ב- 29/04/2010 00:39:33
Five boro אין קראךהוט, איך האב באקומען אין אישי א לינק צו דעם דרשה. איך האב עס אויסגעהערט אין ער זאגט נישט וואס עטס האבן דא פראבירט צו פארקויפן.
אדער האט עטס פארגעסן אדער ווילט עטס פארגעסן וואס ער זאגט דארט אבער ער זאגט זייער קלאר אז:
"א הדלקה ל"ג בעומר אין חוץ לארץ האט מען ביי אונז קיינמאל נישט געזעהן, נישט ביי אונזערע אבות און נישט ביי אונזערע רבי'ס"
"הונדערטער יארן פון חסידשע יודן וואס זענען געווען דבוק אין ר' שמעון אבער נישט מיט אן הדלקה האט מען ארויסגעברענגט די התרגשות, דאס איז נאר א מנהג פאר ארץ ישראל".
"אונז וועלן לאזן די ארץ ישראלדיגע אידן אין ארץ ישראל זיך פירן מיט זייערע מנהגים אוז וועלן זיי נישט זאגן קיין דעות".
און אזוי ווייטער, הערט עס אויס דא:
http://www.youtube.com/watch?v=htlLLDSxV0A
הבדלה
איך האב פאר די גרויס נייעס, די זעלבע ווערטער פון רבין האב איך געהערט עטליכע יאר צוריק (נאך תשס"ו) ביי א שמועס מיט עפעס א רבין (געדענק נישט מאמענטאל) און ס'איז אויסגעקומען צו רעדן וועגן הדלקות, האט דער רבי געזאגט די זעלבע זאך, דער מנהג פון הדלקות איז א מנהג ארץ ישראל, אינדערהיים איז עס כמעט אין ערגעץ נישט געווען.
נאר, היינט איז בא סנחריב ובלבל את העולם, נישטא קיין מנהגי המקום, אונגארישע מיט פוילישע מיט ארץ ישראל'דיגע, שאדט נישט אז מען נעמט אן א ארץ ישראל'דיגע מנהג לכבוד דעם הייליגן תנא, און דער רבי האט אנגעוויזן אויף נאך געוויסע מנהגים וואס מענטשן פירן זיך היינט אין חו"ל וואס איז באמת מקורם פון א"י און מען האט זיך קיינמאל נישט אזוי געפירט, נאר מען זעט א גוטן מנהג טוט מען עס נאך.
און דער רבי האט נאך צוגעלייגט, דער טאטע האט אמאל געזאגט אז קרית יואל איז אויר ארץ ישראל.
(ס'דערמאנט מיר, דער רבי איז אמאל געווען ביי א בר מצוה און דער אבי הבן איז געגאנגען מיט א שטריימל, און ער האט זיך אזוי אביסל געשעמט און ער פרעגט דעם רבין צו ס'איז נישט א שינוי פון דרכי אבות, האט אים דער רבי געזאגט "א גוי האט נאך אזאנס נישט געטון").
יעצט הרב "הבדלה" איך האב נישט געהערט די דרשה ווי די לינקסט, אבער איך שטעל מיר פאר וועלכע דרשה דו רעדסט, וידוע ליודעים די סיבה פון די דרשה וועגן צולאזטקייט פון בחורים, ער האט טאקע ארויסגעברענגט אז אינדערהיים האט מען זיך נישט אזוי געפירט כדי קיינער זאל נישט זאגן אז היתכן מען צושטערט אזא מנהג, ואין כאן סתירה.
רבינו הדברי יואל האט אסאך גרעסערע מנהגים זיך געפירט דא אנדערש אין אמעריקא ווי אינדערהיים
ואגב, שחיטה מונחת האט מען זיך אויך געפירט אינדערהיים