די באשלוס ביי די 'קעפ' יעצט ווידער צו אפדינגען פארמעגליך איז באשטימט געווארן פאריגע וואך דאנערשטאג אין דער איד אפיס נאך א אפשיטומנג פון רוב דעות וואס האבן געשטימט אז יא דאסמאל איז עס ווידער קריטיש וויכטיג, ס'זאל קאסטן וויפל ס'קאסט, מ'דארף האבן זיינע געשרייבעכצטער ער זאל ווידער אנפירקלען אלס מער און לענגערע ארטיקלען מ'זאל זעהן אז די זאך לעבט, לא אלמן ישראל
וואס האט צוגעברענגט די וויכטיגע אפשטימונג איז געווען די מעכטיגע אפקלאנג פון די ריזיגע עצרת מחאה אין בית המדרש הגדול אנטקעגן די הולכי הבג"ץ הציוני וואס האט ווי באקאנט אפגעקלינגען מסוף העולם ועד סופו און דאס האט געברענגט פאר זייערע היץ קעפ זיך צאמצוזעצן און טראכטן אינאיינעם הבה נתחכמה לו וויאזוי פארדעקט מען די דעפרעסיע און אנזעץ?
אנפאנג וואל גלייך נאך די עצרת האבן זיי פראבירט ארויסצוגעבן פאלטשע שמועות ווי כאילו אז כ"ק מרן רבינו שליט"א וויל נאכנישט אונטערשרייבן אויף די שטרי בירורין, א טאג דערנאך האט דער בורר מצד די מוסדות אין ב"ב רבי זלמן גרויז שליט"א נאכאמאל פעסטגעשטעלט בכתב פאר זייער בורר אז ער האט ביי זיך די חתימה פון רבי'ן, האבן זיי שנעל געטוישט די ניגון אז דער רבי האט נאר פאריגע וואך אונטערגעשריבן אויף די שט"ב.
זעהענדיג אז די גאס קויפט נישט אפ זייער בלאף ווייל יעדער רעכטדענקיגער מענטש ווייסט זייעהר גוט ווער ווייל און ווער וויל נישט אנקומען צו א בוררות, האבן זיי באשלאסן צו ווארפן א באמבע ! מ'גייט ארויסנעמען א בריוו פונעם ירושלימער רב שליט"א אז די בוררות בנוגע די סכסוך אין בני ברק האלט שוין אויף א וועג און ס'האט נישט קיין שום פשט געהאט די גאנצע עצרת מחאה.., אט די בריוו האט געזאלט זיין די באמבע אין פראנט פעיטש פון דער איד אנטקעגן די דרשות בילדער און אויפדעקונגען וואס וועלן ערשיינען אין דער בלאט.
מיטוואך מיטאג (פארנאכט אין אר"י) איז ארויפגעשיקט געווארן זייער געדונגענעם שעיר לעזאזל יצחק ע. יוזשעף פון י-ם צום ירושלימער רב ארויסצובאקומען אזא בריוו, אבער ווי נאר דער חכם האט אנגעהויבן מיט זיין וויינען און ברעטשען האט איהם דער רב גלייך שטיל געמאכט און איהם באשריגן אז אויב א בריוו וועט ער שוין אויסרעכענען אלע זייערע נארישע דריידעלעך מיט וואס זיי שטופן נאכאנאנד נישט אנצוקומען צו א בוררות, דער חכם יוזשעף האט פראבירט נאכאמאל צו וויינען ווי זיין שטייגער, דער רב האט זיך אויפגעשטעלט און איהם געוויזן די טיהר פונעם צווייטן זייט.
מיטוואך אוונט גלייך נאך וואס יוזשעף האט געקאלט דערציילן אז די באמבע איז אויס האבן זייערע קעפ צום ערשט באשלאסן אז אן קיין בריוו איז ענדערש גארנישט צו רעאגירן אין דער איד איבער די נושא פון די בג"ץ, ווען ס'איז נישט דא וואס צו ענטפערן איז בעסער צו זיצן איינגעמאכט.
דאנערשטאג ווי נאר דער בלאט איז ערשינען און מיט איהר די מעכטיגע אפקלאנג פון די אויפקלערנדע ארטיקלען בנוגע זייער שענדליכע הליכה לבג"ץ הציוני, האבן די חכמי כעלעם זיך צונויפגעזעצט וואס טוהט מען דא, מ'קען נישט אזוי לאזן דעם ציבור מיט אראפגעלאזטע נעזער, איין וואך פריער ראוז פלאזא און יעצט בג"ץ הציוני וואס טהוט מען ס'איז צופיל אין איין מאנאט..
דא האט איהר קורצע דעטאלן פון די מיטונג:
- דער בנש"ק צווישן די חכמים פייבוש ט"ב האט פארגעלייגט א גרינגע עצה אז זיין טאטע דער זענטע'ר זאל נאכאמאל אויפטרעטן מיט א שארפע דרשה (אלע ארום האבן זיך איינגעהאלטן..).
- דער צוויטער בנש"ק יעקב בער האט ארויסגעצויגן פון זיין בוזעם טאש א באמבע, זיין פאשקעוויל אויפן רבי'ן מיטן געפעלטשטן משולחן מלכים, ער האט צוגעלייגט אז זיין פריינט דער בראדער באצאלט דאס ארויסצושיקן אויף די פאסט נאך פאר שבת.
- יעקב שמשון איז געווען הונגעריג ווי א בער, ער האט געשאלטן און געטענה'ט אז נאר אויף הייד פארק זאל מען ענטפערן און נוצן די ארגסטע מיאוסע קללות אנטקעגן דעם רבי'ן אליין.
- בן פראדל האט גערעדט צום לעצט און פארגעלייגט אז טראץ די שווערע קאסטן מוז מען ווידער אפירקרייצן דעם פארמעגליך, ער זאל אנהייבן צו אנפירלקען גאנצע פעטישעס ס'זאל נמאס ווערן צו ליינען אבער מ'זאל זעהן אז די זאך לעבט, מ'האט געפרעגט משה'ן פון וואס זאל ער שרייבן האט ער געשריגן וואס הייסט פון וואס, פון וואס נישט ? בית החיים, ווייטץ, סאשע, סבלן, סרבן, און נישט ענדיגן.
די מיטונג האט זיך געשלאסן מיט א שטארקע אויבערהאנט פאר בן פראדל ווייל רוב דיעות האבן צוגעשטימט צו זיין פארשלאג.
יעצט פארשטייט איהר שוין פארוואס דער פארמעגליך ארבעט איז שווין ווידער אויף נעכט און גיסט וואסער אויף די דעפרעסטע זאליס, ער שרייט צווישן די שורות:
וועקט אייך אויף, זייט נישט אזוי אנגעזעצט, פארמעגליך איז שוין צוריק דא, אין א מזל'דיגע שעה
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/04/2010 02:47:02