| ברוינפן כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | אדאנק ענקער רשעות
איך בין נישט קיין "ענקערער" ווי דו שרייבסט איך בין א אויסגעצאלטער מעמבער ביי די ק"י ארוינישע געמיינדע.
מיין כראנאלאגיע איבער די ח"ק
מען נעמט פאר יעדע קבורה ווייל דאס קאסט דאך, ביי יעדן יארצייט שנארט מען, ווייל ס'קאסט פשוט. מעמבערשיפ יעדעם יאר, נו, איך מיין דאך מען קען נישט ליגן סתם אומזינסט לעבעדיגערהייט, ווייל ביים טויט שווימען ארויף פרישע טשארדזשעס... (און דאס איז פאר ניו דזשערזי, אין קרית יואל איז א עקסטערע פאר אלפים) די ח"ק איז דאך ממש א געלט פארלירנדע געשעפט.
לפיענ"ד העניה (און קענסט זיך שטעלן אויף דעם ווארט, מיט מיין רשות) איז די ביה"ח די בעסטע פלאץ מיט וואס מען קען אפשרעקן די מענטשן, ווייל פונעם טויט האט יעדער מורא, אבער געלט איז דארט דא גענוג און נאך
עכ"ד |
|
די קבורה געלט נעמט די טשאפעל, אין דאס דארף מען באצאלען איבערעל סיי אין ניו זשערסי סיי אין קרית יואל, דאס נעמט אין זיך אריין טהרה, גראבען דעם קבר אא''וו, אין די וואס האבען מדעיקעיד אדער אנדערע אינשורנס באקומען פין דארט א גרעסערע חלק פין די פאנדען, להבדיל ביי הולכים בערכעות הציוני קאסט עס אויך.
איין זאך וואס קאסט מער אין קרית יואל איז די קרקע, פינקט ווי דירה אין רייכע געגנט (אין אינזער פאל א הייליג פלאץ איאיינעם מיט רבותיה''ק ז''ל) קאסט מער ווי דירה ביי שחורים.
אין די הכנסה פין א קרקע גייט נאר א דריטעל פאר חברה קדישא אויב יענער קויפט מחיים (ווי רוב פעלער)
אויפהאלטן א ביה''ח, נאכדערצו אויף אזא פארנעם, קאסט ממון ודמים, אזא כ''ו אב אדער כ''ו ניסן, ס'איז טאקע דא א קליינע אינקאם פין די בודקעס, אדער די פישקע לעבן גדר,אבער דאס קלעקט ווייט פין גענוג, אדער סתם א טאג די לעקטער פין די גאנעצ ביה''ח, אוהל הק', טהרה שטיבל אין ביה''כ, מענטעננס, לענדקעיפינג, עקסטערמענעיטינג (ק''י איז די בעסטע קער גענומען פין גרענדאקס וכו') וכו'
ספעציעל זינט די מוסרים והולכים בערכעות האבען גערופן ד חברה קדישא אין קארט אין זיי דארפן זיך פארטיידיגען אין ס'קאס שווער געלטער ממון הקדש, אלעס ווייל זיי ווייסען אז ביי די''ת וועלן זיי זיכער פארלירן.
אין אויב ווילט איר וויסען ווי וויכטיג די גדר איז, דאן שפאצירט אריין צווישען זאלי'ס (לאוו דווקא אין זייער פארום) זיי זענען ווילד ווי אקסען קעגן רויטע וואל.
איך האב ב''ה פריער געגבן מיין קרעדיט קארד פאר ר' שלמה זאל אראפנעמען די $50
היינט זיצט ער אין גרויסען ביהמ'ד דקיט''ל אין ב''פ, ווער ס'האט נאכנישט געגבן זאל שוין געבן,